שמחת הווארט לרגל קישור החיתון אין הויפן פון וויזניץ - גארליץ - שידלובצא
- לפני 18 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ.
אין קרית וויזניץ בני ברק איז דעם פארגאנגענע וואך געפראוועט געווארן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מתתיהו האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס האדמור"ים שליט"א.













