top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באזוך פון האד' מוויז'ניץ לאנדאן אין טאראנטא לאזט איבער רישומא קדישא אויף תושבי העיר

מיטוואך פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


תושבי טאראנטא האבן די טעג מיטגעלעבט ימי אורה בצילו פונען אורח הכבוד כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א וואס איז אנגעקומען צוגאסט אין שטאט לטובת מוסדותיו הקדושים. דער רבי איז אנגעקומען דאנערשטאג מיטאג און צוגעפארן לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' מרדכי איינהארן. אויפדערנאכט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן בבית האכסניא, מיט די באטייליגונג פון די רבני העיר. עס האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הנגיד ר' מרדכי איינהארן, הרה"ג ר' משה קאננער מגדולי המשפיעים אין שטאט, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.


פרייטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית האכסניא, און דערנאך אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' שלמה מיללער מגדולי רבני העיר. די גאנצע שבת האט דער רבי געפראוועט אין שטוב פון די אכסניא, וואו עס האבן באלאגערט הונדערטער אידן תושבי העיר, און נאך צענדליגע געסט פון ניו יארק וואס זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש. דער רבי האט געדאווענט פארן עמוד סיי קבלת שבת און סיי תפילת שחרית, פרייטאג צונאכטס האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור נאנט צו דריי שעה, ארומגערעדט בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און מכבד געווען די רבני העיר פארצוזינגען די זמירות.


מיט תפילת מוסף האט דער רבי מכבד געווען הנגיד החסיד ר' יעקב פעלדמאן עמוד התווך פון מוסדות וויזניץ ברחבי תבל, דערנאך איז פארגעקומען א קידושא רבא וואו דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה. די מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט בבית האכסניא אינאיינעם מיט די פילע געסט, און אזוי אויך שלש סעודות האט דער רבי געפראוועט בבית האכסניא.


מוצאי שבת איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד ר' שמואל טויבער אויף אמירת ויתן לך. שפעטער איז פארגעקומען די מלוה מלכה אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יודל גראס הי"ו, און זונטאג צופרי איז פארגעקומען א רייכע באנקעט אין שטוב פון הנגיד ר' יעקב פעלדמאן.


דורכאויס די נאכפאלגענדע טעג האט דער רבי באזוכט אין ישיבת משכן התורה אין טאראנטא, און משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורי חמד. אזוי אויך האט דער רבי באזוכט ביי די רבני העיר, הגה"צ ר' יעקב יחזקי' סופר גאב"ד קהל יראים טאראנטא, הגה"צ ר' יהושע פירער ראש כולל באבוב, הגאון ר' יאיר אדלער רב דקהל שואבי מים, און נאך חשובע רבנים.


א מחזה הוד האט זיך אנגעזעהן צוויי מאל דורכאויס די וואך, ווען דער רבי איז ערשינען אין די פארטאגס שעהן אין די כולל בוקר אין שטאט, אין זיך געזעצט לערנען כאחד האדם צוושין די פילע לומדים תושבי העיר, די רבי שליט"א האט געלערענט אינאיינעם מיט א יונג בחור'ל א זוהן פונעם בעל האכסניא אין עוסק געווען בתורה עטליכע שעה פארן דאווענען.































Comments


bottom of page