האד' מתולדות אברהם יצחק ערשיינט צו זאת חנוכה טיש אנגעטוהן מיט א קאלפיק
- Bechatzros admin
- לפני 34 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם מאנטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ערשינען צום טיש לכבוד זאת חנוכה, אנגעטוהן מיט א קאלפיק כמנהג רבו הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זיע"א.
טראץ וואס עס איז נישט געווען נהוג ביים ביי די פריערדיגע רבי'ס האט די רבי שליט''א אלע יארן געהאט אין באזיץ א קאלפיק וואס די רבי האט אנגעטוהן בלויז איינציגע מאל ברבים, צווישן זיי ביים מעמד ברכת החמה ערב פסח שנת תשס"ט, און ביים טיש חמשה עשר בשבט עטליכע יאר צוריק.
דעם זאת חנוכה זענען די חסידים איבערראשט געווארן ווען די רבי איז צום ערשטן מאל אריינגעקומען צום טיש זאת חנוכה אנגעטוהן מיטן קאלפיק, וואו עס האט זיך נוגע געוועהן רבו המובהק דער אמרי חיים ביומא דפגרא אין געוויסע זמנים פון יאר.
די טיש איז געווען קערצער ווי געווענליך מחמת חולשתו פונעם רבי'ן אין די יעצטיגע תקופה, די רבי האט זיך אבער אנגעשטרענגט און געפירט דעם טיש אויף א געהויבענעם פארנעם למעלה מכוחותיו, און דערביי געזונגען ניגוני ימים נוראים וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע מיט גרויס התעוררות און דביקות נאכגעפאלגט מיט א רייע פרייליכע ניגונים וואס די רבי האט מעודד געווען יותר מכפי יכולתו.
















