top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר פארהערט צורבא מרבנן תלמידי ישיבות קטנות ד'סאטמאר אין ראם פון חבורת "ותלמודו בידו"

מוצאי שבת פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז די וואך פארגעקומען די בחינה פומבי דורך 'חבורת תלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות ד'סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק, וואו דער רבי שליט"א האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים.


די בחורים זענען געזיצן אויסגעשורה'ט ארום די זאל און הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א פון ארץ ישראל און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג האבן פארהערט די בחורים בעל פה אויף צענדליגע מסכתות הש"ס, און עטליכע מאל האט דער רבי איבערגענומען די מייק און געשטעלט שאלות איבער גאנץ ש"ס אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט מיט א געוואלדיגע קלארקייט און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה.


דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן די צורבא מרבנן, דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש און ארויסגעברענגט די שמחה אז אזויפיל בחורים קענען זיך שטעלן צום פארהער בע"פ אויף הונדערטער בלעטער גמרא און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

















Comments


bottom of page