top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אור זרוע לצדיק • הערליכער "שמחת תנאים" פון נכדת כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א

מיטוואך פ' שלח • כ' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

אין א געהויבענע פריידיגע שטימונג, בקול רנה ותודה, איז היינט געפראוועט געווארן ברוב עם די שמחת התנאים, לרגל דעם קישור החיתון ביי אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, נכדתו הכלה מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג רבי יואל יאקאבאוויטש שליט"א ראש ישיבת קראלי. ווי געמאלדן פארגאנגענע וואך האבן חסידי פשעווארסק בחדוה עילאה אויפגענומען די בשורה איבער די שמחת האירוסין פון הכלה בת של קדושים שתחי', אן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, א טאכטער פון בתו המנוחה ע"ה, וועם די רבי שליט"א האט נאכן טראגישן עקסידענט אריינגענימען אין שטוב אריין און איר אויפגעהאדעוועט ווי אן אייגן קינד. די כלה איז א א טאכטער פון הרה"ג ר' נחמן כהנא שליט"א, א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג רק יואל יאקאבאוויטש שליט"א ראש ישיבת קראלי.


אין א ספעציעלער הזמנה בכתב יד קדשו האט דער פשעווארסק'ער רבי שליט"א געלאדענט דעם ציבור חסידים, וידידים אנטייל צו נעמען אין זיין פערזענדליכער שמחה. דער מסיבת התנאים איז אפגעראכטן געווארן נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט אין די זאלן פון כתר מלכות אין אנטווערפען, וואו עס האבן זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור קרובי המשפחה, חסידים וידידים בראשות די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה אלס עומד מצד הכלה. דער אויבנאן איז געווען באצירט מיט די השתתפות פון אלע רבני העיר אנטווערפען, ובתוכם הרבנים גאונים וצדיקים מחותנים וקרובי המשפחה, די פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א, און נאך חשוב'ע רבנים.


די רבי שליט"א האט מסדר געווען דעם תנאים. אלס עדות האט געדינט הר"ר דוד וואהל הי"ו ראה"ק מחזיקי הדת אנטווערפען און הנגיד ר' שמעון ישראל פערלמוטער הי"ו פון וויליאמסבורג, דער  זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים, דערנאך האט די רבי שליט"א געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, די מחותנים ולכל העם הנאספים בצהלת פניו המאירים. דאן האט אויפגעטראטן א דרשה דער מחותן הרה"ג ר' יואל יאקאבאוויטש שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו זיך צו משדך זיין מיט אזא הייליגע שלשלת און ספעציעל ווען ער האט זוכה געווען צו ווערן א מחותן מיט'ן רעיא מהימנא קדישא. מיט דברי תורה האט דאן אויפגעטרעטן דער זיידע, די ספינקא רבי שליט"א, וועלכע האט בנועם שפתיו ארויסגעברענגט די געפילן פון שבח והודי' לה' אז מ'איז זוכה צו אזא שיינע שמחה, וואו די אבות הקדושים פרייען זיך מיט.


דערנאך איז דער גרויסער ציבור אריבער כבני מרון צו אפגעבן דעם ברכת לחיים ומזל טוב און זיך מיטפרייען בשמחת עטרת ראשם ומאורם שליט"א ווען די רבי שליט"א וואונטשן ברכות לרוב פאר אלע משתתפים ביי די שמחה.

























Comentarios


bottom of page