זונטאג פ' דברים • כ"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
טויזענטער באבובער חסידים פון איבער דער גארער וועלט וועלן דעם קומענדיגן מאנטאג דברים ר''ח אב פראווען די פיר און צוואנציגסטע יומא דהילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה''ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זכר צדיק וקדוש לברכה. אנגעהויבן שוין פון דעם מוצאי שבת פ' מטו"מ ערב די הילולא קדישא וועט מען אין אלע באבוב'ער בתי מדרשים, ישיבות, קעמפ'ס און באנגעלא קאלאני'ס, אפרעכטן גרויסארטיגע מלוה מלכה'ס און מעמדי הכנה ליומא דהילולא קדישא בראשות גדולי התלמידים און מקורבים פונעם רב זכרונו לברכה.
דער הויכפונקט פונעם יארצייט וועט זיין מאנטאג בעצם יומא דהילולא ווען אלפי חסידי באבוב וועלן זיך צוזאמקומען צו די גרויסע סעודת הילולא רבתי אין בית מדרש הגדול באבוב אין בארא פארק באותו מקום הקדוש ווי דער בעל הילולא זי"ע האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בחיים חיותו - בראשות בנו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מ'באבוב שליט"א, וועלעכער וועט ווי יאר-יערליך אויפטרעטן מיט'ן משא השנה במשנתו פון בעל ההילולא.
צופרי וועט דער רב צוגיין צום עמוד אויף שחרית הלל און מוסף אין ביהמ"ד הגדול און וועט דערנאך אפרעכטן א מסיבת לחיים, דערנאך וועט זיך דער רב שליט"א ארויסלאזן אין באגלייטונג פון אלפי תלמידי הישיבות צום ציון המציונת אויפ'ן בית החיים אין ניו דזשערזי להיפקד בדבר ישועה ורחמים, אזוי אויך במשך די גאנצע יומא דהילולא זענען טויזענטער אידן ערווארטעט אנצוקומען אויפ'ן ציון הק' אויסצופועל'ן ישועות און רפואות.
Komentarai