top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מִצְהֲלוֹת חֲתָנִים • שבת עלייה לתורה פון החתן נכד האד' מבאבוב

מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

גאר א געהויבענע שבת איז אריבער אויף חסידי באבוב אין בארא פארק ביים שבת של שמחה בצל הקודש, שבת עליה לתורה פון החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א בן לבנו הרה''צ ר' דוד הלברשטאם שליט"א. לכבוד די שמחה בבית צדיקים איז די גאנצע ביהמ''ד אין די גאס ארום באצירט געווארן לשם ולתפארת, באלד נאכן זמן הדלקת הנרות איז די רב שליט''א אריינגעקומען צום היכל השולחנות אין אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן, שבת האבן זיך אנגעזעהן צווישן די פילע געסט, די עלטער זיידע הגה''צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א מאוהעל, הגה''צ גאב''ד לינז שליט"א און די פעטער הגה"צ רבי בנציון בלום דומ''צ באבוב לאנדאן.


שבת צופרי איידער קריאת התורה האט די רב שליט''א אויפגעטראטן מיט קורצע דברות קודש און דערמאנט די גוטע גריסן וואס ער האט ערהאלטן במשך די זומער פון אנשי שלומנו פון אלע קאלאניעס ווי מ'האט זיך אויפגעפירט ווי עס פאסט אין אלע ענינים ובענין מורא מקדש, און מחזק געווען דעם ציבור אויף ווייטער. ביים ליינען האט די רב א נאמען געגעבן לבת הנולדה לבנו הרה''צ ר' אברהם יהושע העשיל הלברשטאם, ויקרא שמה פרידא על שם של מלכות שטייענדיג שבת בעפאר די יארצייט, און די רב שליט''א האט געדאווענט מוסף פארן עמוד.


נאך דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבה ווי פאר א לענגערע צייט איז די ציבור אדורך וואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחות אינעם רבינס הויף, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן האדמור"ים והרבנים מצאנז ב''פ, בריזדאוויץ, ציעשנוב, זאליטשיק, צאנז סטעטין איילענד, נשיא מוסדות סקווירא בארא פארק און נאך. נאך הבדלה מוצאי שבת איז פארגעקומען די פארשפיל ווי עס האט אויפגעטראטן מיט גראמען הרב אברהם מרדכי גראדזינסקי און מ'האט זיך ארויסגעלאזט און פייערליכע ריקודין לכבוד די שמחות בית צדיקים.



































Comentarios


bottom of page