top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון האד' מסקווירא צוגאסט אויף דעם שבת בתוככי עיר וויליאמסבורג

מאנטאג פ' קדושים • כ"ח ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי סקווירא אין וויליאמסבורג גרייטן זיך מיט התרגשות און שפאנונג לקראת א ספעציעלע שבת התרוממות ווען הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט פראווען דעם שב"ק פרשת קדושים אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.


די שבת טראגט א ספעציעלע באדייט זייענדיג פונקט זיבעצן יאר נאך וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט די לעצטע מאל געפראוועט א שבת אין וויליאמסבורג בשנת תשס"ז, די רבי שליט"א פלעג ביז יענעם יאהר אריינקומען קיין וויליאמסבורג צוויי מאל א יאר, א שבת אין די ווינטער שבתים און אין די ימי העומר.


די רבי פלעגט אנהאלטן די שבתים אין וויליאמסבורג כמנהג אביו הרה"ק מסקווירא זי"ע וועלכער האט אין די בראשית יאהרן אנגעפירט זיין הויף אין שטאט וויליאמסבורג און פלעג אויך נאכן זיך אוועקציען צום סקווירא שטעטל - אריינקומען צוויי מאל א יאר בקרב עדת חסידיו תושבי וויליאמסבורג, די יעצטיגע באזוך פון הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א וועקט אויף די הייליגע נאסטאלגיע.


די וואך דאנערשטיג איז געפלאנט א גרויסארטיגע קבלת פנים מיט די השתתפות פון די חסידים תושבי העיר מגדול ועד קטן אויפצונעמען די חשובע גאסט ברוב שמחה וחדוה, דורכאויס שבת וועלן די סעודות זיין צוטיילט צווישן די עלטערע און יונגערע שיכטן חסידים, ווען די סעודת ליל שבת קוש וועט געפראוועט ווערן מיט די זקני העדה און די סעודתא דצפרא דשבתא וועט געפראוועט ווערן מיט די בחורי חמד.


די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועט געפראוועט ווערן אין די זאלן פון ויואל משה וואס איז ארויסגעדינגען געווארן צו קענען ארייננעמען די פילע חסידים און תשובי העיר וואס קוקן ארויס בכליון עינים צו די דערהויבענע שבת וואס וועט דערהייבן די געמיטער און אויפפרישן דעם אש החסידות ביי חסידי סקווירא אין וויליאמסבורג.






Comments


bottom of page