דינסטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן ביינאכט ביים שולחן הטהור וסעודת הילולא דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרגל די יומא דהילולא קדישא פון אביו הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זי"ע, האט דער רב שליט"א ווידער אדרעסירט די ענין פון שידוכים וואס ליגט על לוח לבו הטהור יומם ולילה, און מחיל אל חיל גענומען ווייטער'דיגע שריט נאכמער צו פארמערן שמחות ביי אנשי שלומנו חסידי באבוב. דער רב שליט"א האט געמאלדן איבער'ן גרינדונג פון א נייע סניף פונעם קרן שדכנים, דאסמאל א קרן וואס וועט פארטיילן מתן שכרה בצידה פאר א גראפע שדכנים וואס וועלן בלויז ארבעטן און עוסק זיין אין שידוכים ווי איידער בלויז אויף אויסגעפירטע שידוכים, און דערמיט מחזק זיין די עבודת הקודש וואס איז אזוי וויכטיג און געשעצט.
דער רב האט נישט נישט מיטגעטיילט קיין דעטאלן מיט די חסידים, און בקרב הימים וועט דער קרן שדכנים פראקלאמירן די פונקטליכע פלענער, דער רב שליט"א האט אבער יא דערמאנט אז ער וועט אי"ה אריינשטעלן אחד מבני משפחתו צו מחזק זיין דעם קרן און פארזיכערן די מאקסימום הצלחה צו קענען אויספירן ווי מער שידוכים, אין די זעלבדע צייט האט דער רב שליט"א ארויסגעקומען מיט אן אפיעל מען זאל זיך משתתף זיין אין די גרויסער הוצאות פון דעם פרישן קרן, כדי עס זאל זיך קענען פירן על מי מנוחות מיט די געוואונטשענע רעזולטאטן בס"ד.
Comments