דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בחצר הקודש סלאנים אין בני ברק רישט מען זיך די יעצטיגע טעג צו לאזן אין גאנג א פארצווייגטער פראיעקט פון הרחבת גבולי ביהמ"ד הגדול, וואס וועט דראסטיש נתרחב ווערן מיט פרישע שטאקן און היכלים, אין פארזוך צו אקאמאדירן דעם ריבוי העם מסתופפים בצל הקודש.
נאך עטליכע יאר צוריק איז דער בנין הביהמ"ד אויף רחוב ברסלב פארגרעסערט געווארן מיט דריי פרישע שטאקן, דאן צוגעבנדיג א ספעציעלע אכסניא של תורה פאר די בחורי ישיבה גדולה, וואס קומען אריין יעדן שבת פון ישיבה אין אלעד קיין בני ברק, מסתופף זיין בצל הקודש.
אצינד ווערט די אויסברייטערונג קאנצענטרירט צום בנין הגדול זעלבסט, ווען דער ציבור וואקסט אזוי שנעל בליעה"ר, און דער ביהמ"ד וואס איז באנייט געווארן דרייסיג יאר צוריק, ווען דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה, שטעלט זיך ארויס זייער ענג, ספעציעל אין די ימים טובים און די יומי דפגרא.
עס וועט אויפגעבויט ווערן אונטערערדיש א שפאגל-נייער שטאק אלס "היכל הטישן", א נייע "פריוואטע מקוה" פאר'ן רבי'ן, און א גאנצער נייער שטאק פאר קבלת קהל, וואס נעמט אריין דעם רבי'נס צימער, ווארט-צימער, גבאים צימער, וואס וועט צוגעבן א הרחבת הדעת פאר די חסידים וואס גייען אריין צום רבי'ן לעצה ולברכה. ווי אויך וועט דער דרויסנדיגער אויסזען פונעם בנין פראכטפול פארשנערט ווערן, לפאר ולרומם בית ה'.
אלס טייל פון די הכנות צום התחלת הבני' וועט מארגן נאכט אפגעהאלטן ווערן א גרויסער מעמד התעוררות "פנת יקרת" ביים קבר רחל, וואו די חסידים וועלן זיך אנשליסן כאיש אחד ובלב אחד צו אויפטרייבן און העלפן שאפן סכומים אדירים צו קענען ענדיגן דעם פראיעקט.
Comments