top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט וויליאמסבורג גרייט זיך מיטצוהאלטן לעכטיגער שבת בצל האד' ממבקשי אמונה

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידים ואנשי מעשה אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג גרייטן זיך צו ענטפאנגען מיט גרויס כבוד דעם געהויבענעם גאסט פון ארץ הקודש כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א מנקיי הדעת שבירושלים, וועלכע איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק און וועט פראווען א געהויבענעם שבת אין שטאט און מלהיב זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים כהכנה דרבה צום זמן מתן תורתינו.


די רבי שליט"א איז דער בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר הרה״ק בעל 'דברי אמונה' מתולדות אהרן זצ"ל, און איז ברייט באקאנט אלס מקרב לבבות ישראל ברוב אהבה וחיבה זייענדיג משפיע תורה וחסידות פאר אידישע קינדער ברחבי תבל, און טוט דערהייבן נשמות ישראל לאביהם שבשמים מיט א שלהבת אמונה טהורה, אצינד וועט די שטאט וויליאמסבורג האבן די זכיה נהנה זיין מאורו הבהיר ביי די געהויבענע לאנג-שעה׳דיגע טישן מיט אזא התקרבות אלקים, אשר כל המתענגים בה יזכו לרוב שמחה.


די רבי שליט"א וועט האבן די אכסניא דורכאויס שבת אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' נחום זינגער הי"ו. אויף שבת איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן די ריזן קאנטינענטאל זאלן פאר די עריכות השולחנות, אנגעהויבן מיט די טיש ליל שבת ווען די רבי וועט כדרכו בקודש אויפהייבן די ציבור המשתתפים בזמירות שירות ותשבחות לקל חי, און צום קלימאקס בעידן רעווא דרעווין ווען די רבי שליט"א וועט משמיע זיין פייערדיגע דברות קודש מלהבות אש ביסודות איש ישראל במשנתם הטהורה פון אבותיו הקדושים, און מעורר זיין די אידישע הערצער לתשובה ותיקון המעשים, מיט א פאסיגע הכנה צום הייליגן יום טוב שבועות הקרב ובא.



Comentarios


bottom of page