מאנטאג פ' קדושים • כ"ח ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל דריי
דעם פארגאנגענעם ליל שישי העעל"ט איז כ"ק האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א אנגעקומען בשערי העיר בית שמש וואו די רבי האט באשיינט די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי משכנות הרועים אין די נייע רמה ד' געגענט. די מעמד איז פארגעקומען בשילוב מיט א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק מצאנז זי"ע לרגל די הילולא קדישא כ"ה ניסן.
די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה און עס זענען געהערט געווארן שיינע דרשות מפי הרבנים הגאונים, המשפיע הגה"צ רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א און הגאון רבי דוב הכהן רבינוביץ שליט"א מרבני ק"ק משכנות הרועים ורב שכונת רמה ד' מטעם העדה החרדית, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש מתורתו פונעם הייליגן צאנזער רב דער בעל ההילולא און מכבד געוועהן עטליכע פון די חשובי העדה צו דערציילן עובדות און סיפורים.
Kommentarer