top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס 'חלקינו בתורתיך' פאר בחורי צאנז קלויזענבורג כהכנה למתן תורה

מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ל"ש

 

הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי צאנז קלויזענבורג האבן זיך דעם פארגאנגענעם דאנערשטיג אינעם גרויסן טאג פון ערב ראש חודש סיון צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד אויף א געמיינזאמע כינוס 'חלקינו בתורתיך', און יום שכולו תורה, אלס הכנה דרבה צום גרויסן יום טוב שבועות, אין שפוץ פון די מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, לשמוע את דבר ה' און זיך אנווארעמען בתורה ועבודה, כהכנה דרבה צום זמן מתן תורתינו.


נאכן סדר הלימוד וואו די בחורים האבן עוסק געווען אין די סוגיא פון 'שתי הלחם' אויף וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א זאגט די קרעפיל פשעטיל יו"ט שבועות, האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש מפום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברי הדרכה והתחזקות אין פארשידענע ענינים בעבודת השם וואס האט אריינגעבלאזן א גייסט פון התעלות אין די טייערע בחורי חמד פיל מיט אוצרות חיזוק צו שטייגן במעלות רמות בתורה עבודה וחסידות בדרך ישראל סבא.
















Коментарі


bottom of page