מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם שב"ק י"א אלול איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרבנית הצדקנית מבאבוב ע"ה מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצוק"ל, און אמא של מלכות פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, לכבוד די יארצייט איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען צו אלע תפילות דורכאויס שבת אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק וואו עס איז אויך פארגעקומען די שבת של שמחה - די שבת שבע ברכות פון נכדו החתן.
נעכטן זונטאג פארמיטאג איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן צום באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי אינאיינעם מיט די בני המשפחה, די רבי שליט"א איז אויך צוגעגאנגען צום ציון הק' פון אביו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע מעתיר צו זיין בדבר ישועה ורחמים צום נייעם יאהר.
Comentários