דאנערשטאג פ' בהעלותך • י"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: אבי ס.
יהדות מאנסי אין שלומי אמוני ישראל גרייטן זיך מיט א התרוממות הנפש צו די לעכטיגע דערהויבענע ימי השמחה בחצר הקודש סקולען, ווי עס וועט גיין אונטער די חופה בשעטומ"צ הכלה תחי' טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסקולען-מאנסי שליט"א, אייניקל פון הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א מיט החתן בן הגה"צ שלשלת היוחסין הגה"צ רבי ישכר בעריש פרידמאן שליט"א אב"ד דקהל בית ישראל סידורהוסט שליט"א בן הגה"צ אב"ד אולם שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד פאפא ירושלים שליט"א. שוין לענגערע וואכן אין חדשים ווערן שוין געמאכט די נוטיגע הכנות לקראת די גרויסע שמחה ווי די עסקנים לייגן אריין איבערמידליכע כוחות אז די חתונה אין די גאנצע ימי השמחה זאל אריבער גיין מיט הצלחה ווי עס פאסט פאר אזא דערהויבענע שמחת בית צדיקים.
א חתונה ביים רבי'ן קוקן שוין ארויס טויזענטער אידן פון אומעטים חסידים ואנשי מעשה בכלל אין חסידי וידידי ומעריצי בית סקולען בפרט צו קענען מיטלעבן, וואס די גאנצע חתונה וימי השמחה איז א חטובה אחת פון מלא התרממות שמחה וקדושה ווי מען שעפט זיך אן מיט פילע הויפענעס השפעות וואס קומען אראפ ביי א שמחת בית צדיקים.
דעריבער איז בס"ד געלונגען פאר די עסקנים אהער צו שטעלן די גרויסע זאלן ווי מען זאל קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור וואס זענען ערווארטעט זיך צו קומען משתתף זיין און מיטהאלטן די געהויבענע חתונה, די שמחה וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת שלח אין מאנסי אינעם נייעם גיגאנטישן אודיטוריום עטרת גינענדל שע"י בית אסתר, אין די פרויען אינעם דערנעבענדיגן זאל עטרת חי' שרה, ווי די זאלן ווערן פאכמאניש אויסגעשטעלט כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די גאנצע ליל החתונה מהחל ועד כלה.
עס וועלן זיין צוגעשטעלט טראנספערטאציע פון אלע חרדישע צענטערן וואס וועלן פירן דעם עולם צום חתונה, פאר א מינימאלע אפצאל. א ספעציעלע זאל וועט זיין דעגנעזירט פארן מעמד קבלת פנים, באזונדער ווערט אריין געלייגט גרויסע כוחות פארן מעמד החופה וואס איז ספעציעל א דערהויבענע מעמד מיט די נגוני התעררות אין די הארציגע דברות קודש פונעם רבין שליט"א ביים חופה כפי מנהג אבותיו הק', דעריבער ווערט צוגעגרייט א ספעציעלע גרויסע שטח באזונדער פאר די מענער אין פרויען על דרכי הצניעות ווי יעדער וועט בעז"ה קענען מיטהאלטן. א הערליכע קאפעליע איז צאמגגעשטעלט געווארן פון די אינגעלייט אין שפיץ פון מטיבי הנגן וואס וועלן משמיע זיין בצלצלי תרועה אין מהנה זיין דעם ציבור מיט די דערהויבענע געווייקטע נגיני בית סקולען, ספעציעל וועט געזינגען אין אויפגעפרישט ווערן נגינים עתיקים וואס איז נישט באקאנט וועלכע זענען נתחבר געווארן דורך די הייליגע סקולען'ע צדיקים. א ספעציעלע דריי שטאקיגע בימת הכבוד וועט זיין אויפגעשטעלט פאר די פילע אדמורי"ם ורבנים שליט"א ובני המשפחה, ווי דער גאנצער ציבור וועט קענען מיט האלטן פון די פארענטשעס.
באזונדער גרייט מען זיך צו די דערהויבענע שבת של שמחה די שבת שבע ברכות וואס וועט פאר קומען אין די נייע זאלן פון תפארת עלקא, ווי עס וועלן דארט פארקומען די תפלות סעודות אין לעכטיגע טישן, עס ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די פולע געסט וואס זענען ערווארטעט צו קומען מיט האלטן דעם לעכטיגן שבת.
אלע פרטים אין אנווייזונגען אין מודעות פון די ימי השמחה אין זיך איינשרייבן פאר אש"ל קען מען רופן אויף מערכת סקולען 845.327.2700 ביים ספעציעלן אפטיילונג ביי נומער 8 פונעם מעין מעניו.
Comments