top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תָּאִיר אֶרֶץ מִכְּבוֹדֶךָ: אלפי תושבי בארא פארק דערווארעמען זיך ביים שבת התרוממות מיט הגאון ר' שאול אלתר שליט"א

דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


תושבי בארא פארק האבן מיטגעלעבט א שבת פון התרוממות הנפש, בצילו פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי שאול אלתר שליט"א, וואס האט אנגענומען די בקשה פון חסידיו ומעריציו און געקומען פראווענען דעם שב"ק בתוככי עיר בארא פארק.


דער קלימאקס פונעם שבת איז ווי אלעמאל געוועהן בעת רעווא דרעווין, ארום א האלבע שעה נאך תפילת מנחה איז דער ראש ישיבה אריינגעקומען צו שלש סעודות אין די זאלן פון די פעלעס, וואס איז געווען איבערגעפולט מיט טויזענטער אידן וואס זענען געקומען זיך דערווארעמען בקדושת השבת ובקדושת התורה. צוערשט האט מען געזינגען עטליכע גערער זמירות וואס ווערט געזונגען יעדע וואך, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און נאכן זמן רבינו תם האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט שלש סעודות תורה אין א מייק, כדי דער גאנצער ציבור זאל גוט קענען הערן, דריי שמועסן האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן מיט גאר הארציגע רייד און טיפע יסודות און אידישקייט און שטארקע דברי התחזקות צום יו"ט שבועות קבלת התורה.

















Komentarze


bottom of page