top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא ביי גייסטרייכע מעמד 'כוללות קוויטל' לקראת די הייליגע טעג

דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: : אנשיל בעק, אמ"ש, JDN

 

טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך נעכטן מוצאי שבת קודש צוזאמגענומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים אויף די יערליכע מעמד 'כוללות קוויטל', ווי די בחורי חמד האבן געהאט די זכיה זיך מזכיר צו זיין אויף א כתיבה וחתימה טובה, ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א להפקד בדבר ישועה ורחמים.


איידער די רב שליט"א האט הרב שלמה יעקב פריעד הי"ו מראשי המשוררים אויסגעלערנט פאר די בחורים א נייע ניגון אויף די ווערטער 'ועתה רבון העולמים הפותח יד בתשובה' - אן אויסצוג פון די תפילה פונעם הייליגן רבינו יונה אין די סליחות. בשעה 11:00 איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען צום מעמד און געהייסן די בחורים אנהייבן דעם נייען ניגון, איינע פון די עלטערע בחורים האט דאן איבערגעגעבן די כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע 4,500 טויזנט בחורים בלי עין הרע, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, בעת די רב האט געליינט דעם קוויטל.


דאן האט מען געהערט דברים חוצבים להבות אש מפום ממלל רברבן די רב שליט"א, דברי התעוררות כהכנה וצו די הייליגע טעג, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב מיט א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע בחורי חמד הקטנים עם הגדולים, נאך די דברות קודש האט מען געזינגען נאך עטליכע ניגונים כהכנה לימי הרחמים והרצון.



Comments


bottom of page