top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דער בעל מנגן ר' שלום לעמער הי"ו ביים מהנה זיין מגרונו ביי א מסיבה די וואך מיט האד' מוויזניץ אין שטאט לעיקוואד.


כי רצו עבדיך את אבניה ואת עפרה יחננו: דער 'חיבת ארץ ישראל' פון הגאון הגדול רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים התאחדות קהילת החרדים אין לאנדאן ביים אנקומען קיין ארה"ק די וואך.


האד' מסאטמאר שטעלט זיך אפ שלום צו געבן פאר א קליין קינד ביים מעמד קבלת פנים די וואך ברחובה של עיר אנטווערפען.

הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים פארטיילן פירות פאר די משתתפי השמחה בבית אחיו הרה"צ ר' משה לאנדא שליט"א מיאמפאלא די וואך אין שטאט בית שמש.


גאב"ד טאהש מאנסי אויף א באזוך ביי הגאון רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א רב ביהמ"ד שער התפלה מאנסי נאכן זיך אהיימקערן די וואך פון ארץ ישראל.

האדמו''ר מסאטמאר אין א שמועס מיט הרה''ח ר' יוסף יוזפא לאנדא מראשי קהלה סאטמאר (מהרי"י) אין קרית יואל.

האד' מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג נאך תפילת מנחה די וואך דינסטאג נאכדעם וואס די רבי האט זיך געטראפן אין שווערע טראפיק אויפן וועג צום גרויסן סקווירא חתונה.

א אינטערסאנטע ספעקטאקל ווען הצדיק רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה איז געוועהן אונטערוועגנס אהיים קיין טבריה נאך א חתונה פון א אייניקל אין בני ברק, און האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג כחצות הלילה אפצורעכטן תיקון חצות כמנהגו צענדליגער יאהרן נישט צו פארפעלן תיקון חצות וואס איז ביים מוקבל אן עבודה רבה כידוע.

האד' רבי יאשיהו פינטאו גאב"ד מאראקא געזעגענט זיך פון די פינעף ברסלובער אינגעלייט וועלכער זענען פאריגע וואך טראגיש אומגעקומען אין א קאר עקסידענט וויילנדיג אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין מאראקא.


שיחת חסידים: גאב"ד אנטווערפען אין א שמועס מיט האדמור"ים משינאווא און ספינקא אנטווערפען נאכן מעמד החופה בחצר הקודש פשעווארסק.

האד' מקארלין סטאלין ביי א חופה די וואך פון א יתום, זייענדיג יוצא מגדרו - וואו דער רבי איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.


האד' מסאטמאר ביים זאגן תהילים בבית האכסניא אין אנטווערפען, באמערקט ווי דער רבי הייבט נישט אויף די אויגן טראץ די גערודער און געווירבעל ארום און ארום.


פרישע אויפדעקונג פון א שבע ברכות בחצר הקודש בעלזא וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געפרעגט א שאלה אויף א פסוק אין תהילים און געבעטן פונעם צוקומפטיגע הגה"ח ר' ישראל פענסטער ז"ל - יעצטיגער מחותן ביים שידוך בחצר הקודש בעלזא צו פארענפערן די שאלה, דער רב האט דערנאך מכבד געוועהן הגה"ח ר' ישראל ז"ל מיט ברכת המזון על הכוס.

אין זיין טעגליכע שיעור די וואך זונטאג האט הגאון רבי מאיר מזוז ראש ישיבת כסא רחמים זיך באצויגן צו די צוזאמפאל פון די אסאד רעזשים אין סיריע, דער גאון האט געזאגט אז אידן זענען נאך אלס נישט פארזיכערט מיטן עתיד דארט און סיריע און מ׳דארף ווייטער דאווענען אז אלע רשעים איבער די וועלט זאלן ליידן א מפלה זאגנדיג אז די רעבעלן זענען נישט קיין קלענערע רשעים.


האד' מסאטמאר ביים אנקומען אויף א באזוך ביי האד' מצאנז זמיגראד די וואך אין אנטווערפען.

הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בנו הצעיר פון האד' מסקווירא באזוכט אינעם אכסניא פונעם פעטער האד' מוויזניץ אין לעיקוואד איינצולאדענען דעם רבי'ן צו די חתונה פון בתו הכלה די וואך.

דער ניי געקרוינטער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, אנגעטוהן מיט די 'בגדי כהונה' נאך זיין אפיעציעלע הכתרה די וואך.

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אויף א תפילה די וואך ביים ציון הרשב"י אין מירון.


הופעת כבוד פון האד' מפשעווארסק ביים חגיגת "הנחת אבן הפנה" פאר'ן ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין אנטווערפען.


הרה"צ ר' משה לאנדא שליט"א מיאמפאלא ביי די עבודת הריקודין ביים חתונה די וואך פון בנו החתן מיט הכלה אייניקל פון האד' מקרעטשניף סיגעט.


ביים באזוך די וואך פון האד' מתולדות צבי ספינקא בי האד' מסקאליע וועלכע האט לכבודו פונעם גאסט ארויסגענימען די היסטארישע 'לילקע' פון זקינו הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע.

רבי ר' אלימלך'ס טאנץ ביים חתונה די וואך בחצרות סערדאהעלי - תולדות יהודה

ביים מעמד כבוד התורה אין כולל זכרון חיים ד'באבוב האט 'קרישקעס' באמערקט צווישן די רבני הכולל הרה"צ ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם שליט"א בן האד' מבאבוב וואס האט זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה אינערהאלב כולל זכרון חיים דבאבוב.

שיחת קודש פון האד' מוויזניץ ביים באזוך די וואך אין כולל זכרון אפרים צבי אין לעיקוואד וואו דער רבי האט ארומגערעט אינעם סוגיא פון 'חצי שיעור' וואס מען איז עוסק אין כולל.


האד' מראחמיסטריווקא שענקט א סידור השל"ה פארן ברודער האד' מראחמיסטריווקא אוק ען וויין און פארן פלומעניק האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אלס מתן שכרה בצדה פארן זייער ביישטייערונג ביים מגבית 'יסוד איתן' פאר די נייע ראחמיסטריווקא קעמפ'ס.

האד' מסאטמאר באזוכט די וואך ביים פלאמעניק הגה"צ רבי מענדל לעמבערגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען.

האד' מניקלשבורג ביים אנגרייטן די מנורה שטייענדיג שוין נענטער ווי ווייטער צום יו"ט חנוכה.

די ברודער האדמור"ים מתולדות צבי דספינקא און טבא דשמואל ספינקא ביים מנחם אבל זיין הרה"ח ר' אלכסנדר גאלדבערגער הי"ו אין וויליאמסבורג.

האד' מוואסלוי שפאצירט ברחובות בני ברק אינאיינעם מיטן משב"ק.

האחים האדמור"ים מסקולען פון מאנסי און לעיקוואד ביי תפילת מעריב אין סקולענער ביהמ"ד אין לעיקוואד.

האד' מסקולען לינדען בשוד סיח מיט מורו ורבו הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א די וואך.

גינוני מלכות: האד' מסאדיגורה ירושלים ביים געבן צו טרינקן לחיים פאר בנו היניק ני"ו ביים שמחת החאלאקע די וואך אין אתרא קדישא מירון.

די בארימטע פאטאגראפירער 'בחצרות הקודש' ר' שוקי לרר און זיין זון ר' נפתלי לרר ביים שמחת החתונה פונעם אלעמען באקאנטע אייזיק שטיין אנפירער פון 'שחקים הפקות' די וואך אין בני ברק.

 

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' אברהם פריד הי"ו משב"ק האד' מפינסק קארלין לרגל די בר מצווה פון זיין זוהן הב' ישראל ני"ו למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הרב יצחק ברוך שפיטצער הי"ו מגדולי עסקני היהדות החרדית לרגל די בר מצוה פון זיין זוהן הב' משה ני"ו, וואס קומט פאר היינטיגן ליל שישי.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' ישראל יוסף פרעריוא הי"ו משב"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת.


Comentários


bottom of page