top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות ביי תלמידי וחסידי מונקאטש צום ערשיינונג פון נייעם ספר "דרכי תשובה" אויף הלכות נדרים ושבועות

מיטוואך פ' נצבים וילך - כ' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


דעם אנהייב וואך זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א די ראשי וחברי "הוצאת אמת" מונקאטש וואו זיי האבן פרעזענטירט פארן רבין זיין נייעם ספר "דרכי תשובה" אויף הלכות נדרים ושבועות וואס איז נארוואס ערשינען פון דרוק לאור עולם, די רבי שליט"א האט מעיין געווען אין די נייע ספר פאר לענגערע מינוטין מיט גרויס שמחה און קורת רוח, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע מסיעיים במלאכת הקודש.


דאס ערשיינונג פונעם אכטן באנד און אין דער סעריע פון די בארימטע ספרים "דרכי תשובה", אויף שולחן ערוך יורה דעה, טוט אויפברענגען א געוואלדיגע שמחה און שטוינונג ביי דער עולם התורה וההוראה, ווען עס איז אצינד ערפילט געווארן דעם חלל נאך וואס די גאונים הקדושים די מחברי הספר, הגה"ק בעל דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע און בנו ממשיך דרכו הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, האבן זוכה געווען צו דערגרייכן מיט זייער גרויסע האנטווערק, נאר ביז ענדע סימן ר"ב, און זייער מלאכת הקודש איז קיינמאל נישט פארענדיגט געווארן, אצינד, בסיעתא דשמיא, נאך ניינציג יאר זינט דעם ערשיינונג פונעם פריערדיגען חלק "דרכי תשובה", האט מען זוכה געווען אז דער ממלא מקום און ממשיך דרכם פון די פריערדיגע כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, האט ממשיך געווען די הייליגע ארבעט פון די פלאץ דארט ווי עס האבן גענדיגט זיינע הייליגע אבות זי"ע.


דער נייער גרויסן באנד "דרכי תשובה" געווידמעט אויף די סימני השלחן ערוך וואס רעדן איבער די הלכות פון נדרים און שבועות, איז א פרי עמלו ויגיעו פונעם מחבר, כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וואס ער האט שוין אנגעהויבן אין זיינע יונגע יארן, דורכגייענדיג לפרטי פרטיהן די אלע שווערע שאלות וואס זענען דא אין אט די פארצווייגטע און פארוויקלטע הלכות.


כדי דער ספר זאל ערשיינען מיטן גאנצן שלימות און פרעכטיגקייט, האבן די חשוב'ע תלמידי חכמים און עורכים פונעם מונקאטשער "הוצאת אמת" אריינגעלייגט פיל מחשבה און א גרויסע יגיעה און האבן באוויזן אהערצושטעלן דעם גרויסן ספר מיט א גאר הערליכן לעכטיגן אויסלייג, אלעס אויף דעם פלאן וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך דעם ערשטן מחבר הגה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע


אין די טעג ווערט שוין אריינגעלייגט גרויסע כוחות און אסאך ארבעט, ארויסצוגעבן א נייע פרעכטיגע מוגה'דיגע מהדורא פון אלע פריערדיגע זיבן חלקים "דרכי תשובה", און עס איז צום האפן אז מען וועט בעה"י דאס קענען דרוקן בקרוב, לשמחת לב כל מבקשי ד', וואס ווארטן שוין אזוי פיל יאר דאס צו זעהן.






Kommentare


bottom of page