top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פראכטפולע 'הילטאן' האטעל אין אקספארד אויסגעקליבן פאר היסטארישע באיאנער שבת התכנסות אין אייראפע

פרייטאג פ' במדבר • א' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


ברגשי גיל וחדוה גרייטן זיך הונדערטער באיאנער חסידים איבער די אייראפעישער שטעט מיטצולעבן געהויבענער טעג בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס וועט אונטערנעמען א היסטארישע נסיעה ענגלאנד, צו משפיע זיין פונדערנאנט און געבן די געלעגנהייט פאר די חסידים זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש.


דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין לאנדאן לכבוד די חתונה פון אן אייניקל ווי שוין באריכטעט. שוין א לענגערע צייט וואס די עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון דער געהויבענער נסיעה על צד היותר טוב, און נאך העפטיגע זוכענישן נאך א פאסיגן פלאץ אפצורעכטן א גרויסער שבת התכנסות פאר כלל חסידי באיאן תושבי אייראפע, וואס נעמט אריין די שטעט לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפען, ציריך, וויען, ובכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, איז אויסגעקליבן געווארן דער הערליכער "הילטאן" האטעל אין שטאט אקספארד, א שעה צו פארן פונעם היימישן געגענט אין לאנדאן, די האטעל וועט ווערן ספעציעל אהערגעשטעלט אלס פאסיגע אכסניא פארן רבי'ן מיט די סוויטע חסידים, און באזונדערע זאלן וועלן דעזיגנירט ווערן פאר די תפילות און עריכת השולחנות אין לויף פונעם שבת.


די טעג ארום שבת וועט די רבי מקדיש זיין די פאר טאג צו משפיע זיין מהודו והדרו אויף קהל חסידיו תושבי לאנדאן והגלילות, און געבן די געלעגנהייט פאר די חסידים אריינצוגיין איש וביתו אל הקודש פנימה לברך ולהתברך.

Comments


bottom of page