top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת בהעלותך אין מירון אין חתונה אין ניו יארק; ימי אורה ושמחה בחצר הקודש לעלוב

מונטאג פ' בהעלתך - ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: דוד כהן


חסידי לעלוב ברחבי תבל האלטן מיט געהויבענע טעג, ימי אורה ושמחה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, אנגעהויבן מיטן געהויבענעם שבת התאחדות פון כלל חסידי לעלוב בארץ הקודש אין אתרא קדישא מירון, און שטייענדיג איידער די געהויבענע מסע הקודש וואס דער רבי נעמט אונטער קיין אמעריקע, לשמחת לב תלמידי וחסידי לעלוב בארצות הברית.


דעם שב"ק האט דער רבי געפראוועט אויף א געהויבענע פארנעם אין אתרא קדישא מירון, ווי איינגעפירט יאר יערליך בחצר הקודש דורך די פריערדיגע צדיקים לבית לעלוב, צו וויילן אויף שבת בהעלותך אין אתרא קדישא מירון, סמוך ונראה צום ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. היי יאר שבת בהעלותך תשפ"ג איז געווען די אכציגסטע יאר זינט מען האט איינגעפירט דעם מנהג, וואס לעלובער חסידים פראווענען א געהויבענע שבת אין מירון בצל הקודש פונעם מנהיג העדה דער לעלובער רבי.


היינט מונטאג וועט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין ניו יארק, לקראת די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג אין בארא פארק, דעם דינסטאג וועט דער רבי מפאר זיין בראש השמחה בשמחת בית סקווירא – ויזניץ – לעלוב – קערעסטיר בערבעשט, די חתן א זון פונעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ אבד"ק קערעסטיר בערבעשט שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק מלעלוב זי"ע, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מסקווירא און וויזניץ, וואס וועט געפראוועט ווערן ברינה ובצהלה במקהלות אלפי ישראל אין שיכון סקווירא.


קומענדיגן דאנערשטאג וועט געפראוועט ווערן די שמחת החתונה פונעם רבינ'ס אייניקל, בת לחתנו הגה"צ ר' ברוך שפיץ, בן הגה"צ אבד"ק סערט ויזניץ ארה"ב שליט"א, מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ב"פ און הגה"צ דומ"ץ טאהש ב"פ שליט"א. די חתונה וועט פארקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא וואו הונדערטער חסידי לעלוב תושבי ניו יארק וועלן זיך מיטפרייען בשמחת רבם ומאורם בקירוב מקום.


שב"ק פרשת בהעלותך אין אמעריקע וועט דער רבי פראווענען א געהויבענע שבת אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות פון נכדתו הכלה, די תפילות און טישן וועלן פארקומען אין די סקווירא זאל אין שטאט.


די נאכפאלגענדע שבת פרשת שלח אין אמעריקע וועט דער רבי פראווענען א געהויבענע שבת התאחדות מיט כלל חסידי לעלוב אין אמעריקע, און דערנאך וועט דער רבי זיך צוריקקערן אהיים למעון קדשו אין בית שמש.


אין אנדערע נייעס איז דער לעלובער רבי געווען די וואך מאלן ווייץ פאר מצות מצוה לקראת די קומענדיגע יום טוב פסח שנת תשפ"ד, דער רבי איז געפארן אינאיינעם מיט די בחורי החסידות צום ווייץ שניט, און פארברענגט א לענגערע צייט מיט די בחורים בדברי תורה וחסידות.



די מעמד ההדלקה דעם מוצאי שבת בראשות האדמו"ר מלעלב שליט"א אין מירון.





















bottom of page