top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העסקן הרב דוד מרגלי יו''ר וועד העולמי מאקאווא פארוואונדעט געווארן אין עקסידענט אין אונגארן

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 4 ביוני 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 3 ביולי 2023

זונטאג פ' בהעלתך - ט"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות

ree

קרעו שערי שמים: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפאותו השלימה פונעם לעגענדארע עסקן הרב דוד מרגלי יושב ראש הוועד העולמי דחסידי מאקאווא וואס איז היינט נאכמיטאג געוועהן פארמישט אין א שווערע קאר עקסידענט זייענדיג אין אונגארן אויף עסקנות. ר' דוד איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן געזינט צושטאנד אין על פי הוראת הקודש פון כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א האט מען איהם צוגעגעבן דער נאמען 'אלעזר' אלס א סגולה לרפואה, ווי אויך האט מען זיך יעצט נאכמיטאג צוזאמגענימען אויף א תפילת רבים ביים ציון הק' פון הרה''ק בעל 'אהל משה' ממאקאווא זכר צדיק לברכה אין שטאט מאקאווא אין אונגארן בראשות נכדו הגה''צ אב''ד מאקאווא אשדוד שליט''א וועלכע האט זיך געפינען אין שטאט מאקאווא אויף שבת שטייענדיג אין די טעג ארום די יארצייט. דער נאמען צו מתפלל זיין איז אלעזר דוד בן רבקה העניא לרפואה שלימה.


אינעם בילד: ר' דוד ווערט געזעהן ביים מלוה מלכה נעכטן מוצאי שבת אין שטאט מאקאווא.

ree

תגובות


bottom of page