דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ניסן ב. - JDN
"ברוך שהחיינו וקימנו והגענו לזמן הזה" – איז געווען דער התרגשות'דיגער אויסרוף פון די טויזנטער סקווערער חסידים, זקנים עם נערים, אנשים נשים וטף, וואס האבן געפראוועט דעם פארלאפענעם יום טוב ראש השנה אינעם היכל ביהמ"ד החדש דשיכון סקווירא, וואס איז באנייט געווארן ברוב פאר והדר, ברוב רגש וברוב שבח והודי' לקל גומר עלי אריינטרעטנדיג אינעם שנת תשפ"ה.
הנה זה בא, נאך יארן דאווענען אין א ביהמ"ד וואס איז שוין פון לאנג געווען אויסגעוואקסן די אלפי החסידים המסתופפים בצל הקודש, האט מען היי יאר ברוך ה' זוכה געווען צו אזא הרחבה, במשך אלע תפלות פון ראש השנה, האט מען ב"ה גאר גוט געהערט די בעלי תפילה און בפרט דעם קול הולך למרחוק פונעם רבי'ן שליט"א ביים יורד זיין לפני התיבה.
לכבוד די באנייאונג פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש האט מען היי יאהר איינגעפירט א פרישן סדר ביים דורכגיין זאגן לשנה טובה, צום ערשטן מאל איז אויך געווארן אויפגעשטעלט א פלאטפארמע ווי עס זענען געשטאנען די פיר ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א קינדער פונעם רבי'ן און ווארעם באגריסט דעם עולם בברכת לשנה טובה. דורכאויס יום טוב האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעהאלטן אינעם נייעם דירה וואס מ'האט איינגערישט אינעם היכל הביהמ"ד הגדול, ווי עס איז אויך געווארן אהערגעשטעלט א פראכטפולע מקוה טהרה פארן רבי'ן שליט"א, מיט וואס דער רבי האט זיך באנוצט במשך יו"ט און פאר די תקיעות וכו'.
צום ערשטן מאל האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט 'התרת נדרים' אויף א הויכהילכער אום ערב ראש השנה נאכמיטאג כנהוג בהשתתפות אלפי החסידים, ווי מען האט געקענט הויעך מיטהאלטן די עבודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א ביים מתיר זיין די נדרים באגלייט מיט די הייליגע בכיות.
צו מנחה ערב יום טוב - די אונטערשטע תיפלה פונעם יאהר האט די רבי שליט"א יורד געוועהן לפני התיבה כמנהג צדיקי בית טשערנאביל, מעריב האט געדאווענט דעם רבינס זוהן הרה"צ רבי חיים מאיר וועלכע האט אויך געדאווענט די מוספים ביידע טעג, שחרית די ערשטע טאג האט געדאווענט הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא, דער צווייטער טאג הגה"צ רבי יעקב אייזנבערגער דומ"ץ סקווירא בני ברק. די רבי שליט"א האט געדינט אלס בעל מקריא און בעל תוקע איז געוועהן נכדו הגדול הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א. די ערשטע טאג האט מען געענדיגט דאווענען בשעה 6:30, די צווייטער טאג ערב שבת 4:00 נאכמיטאג.
במשך יו"ט אין די זמנים נאך וואס דער רבי שליט"א האט געווינטשן א 'גוט יום טוב' פאר'ן גאנצן עולם צוזאמען, האט דער רבי שליט"א ארויפגעקוקט צו די גאלעריען און געוואונטשן א גוט יום טוב, ולעומתם ברוך יאמרו האט צוריק אפגעהילעכט בקול אדיר וחזק א גוט יום טוב וואונטש פון די טויזנטער בחורים העומדים ממעל לו.
די ערשטע נאכט יום טוב האט דער משמש בקודש הרה"ח ר' דוד בערגער אויסגערופן בנוכחות פונעם רבי'ן אז אלס א המשך צו וואס דער רבי שליט"א האט מעורר געוועהן בליל א' סליחות אז יעדער זאל זיך זעהן צו מחזק זיין בעניני תפילה, יעצט ווען מ'באנייט די ביהמ"ד מיט די דאווענען שטובער, וויל דער רבי שליט"א אז מ'זאל אריינלייגן די יעצטיגע התעררות אין א כלי, און די עולם זאל אריינברענגן אל הקודש פנימה געשריבענע קבלת טובות וואס יעדער נעמט זיך אונטער בעניני תפילה, ביז דעם קומענדיגן יום טוב שמחת תורה הבעל"ט.
כנהוג טיילט דער רבי שליט"א די צווייטע נאכט יום טוב שהחיינו פירות פארן גאנצן עולם, און צוליב די ריבוי האורחים בלע"ה האט מען היי יאר איינגעטיילט אז דער רבי שליט"א האט דער ערשטע נאכט געטיילט פאר די בחורים, און אין די צווייטע נאכט פאר כל הקהל הקודש. באזונדער האט די רבי פארטיילט עפל און האניג פאר די אינגעלייט תושבי שיכון סקווירא וועלכע האבן אוועקגעגעבן זייערע דירות פאר די אורחים מחוץ לעיר.
דעם ערשטן טאג ראש השנה האבן די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים קינדער פון רבי'ן אינאיינעם געקויפט די עליה פון מפטיר און דערמיט מכבד געווען הרבני הנגיד הנכבד ר' אביגדור אסטרייכער הי"ו מראשי העסקנים בחצה"ק, כאות הוקרה פאר זייענע פילע לייסטונגען למען בית סקווירא און בפרט מיטן פארברייטערן ביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואס ר' אביגדור האט גענימען אויף זיינע אייגענע קאסטן. אזוי אויך האט מען ארויפגערופן ביים טיש די ערשטע נאכט יום טוב העסקנים הדגולים הרה"ח ר' שלום בער פישל הי"ו און הרה"ח ר' אביגדור אסטרייכער הי"ו און דער רבי שליט"א האט זיי איבערגעגעבן כוס של ברכה, כאות הוקרה פאר די שווערע ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט צושטאנד צו ברענגן דאס באניינוג פונעם מייעסטעטישן היכל לקראת יום טוב.
Comments