top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זו תורה וזו שכרה: האד' מוויזניץ קיימישע פראקלאמירט אומזיסטע נסיעה קיין ארה"ק פאר בחורים מתמידים

מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אש קודש פון התמדת התורה דונערט אפ אין ישיבה גדולה דוויז'ניץ קיימישע אין נאכפאלג פון אן איבערראשנדע מעלדונג וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קיימישע שליט"א האט געמאלדן פאר די תלמידי הישיבה אנבאלאנגט די חתונה פון אן אייניקל דעם קומענדיגן חמשה עשר באב אין ארץ ישראל.


די חתונה אנטשפרעכט צו זיין א פייערליכע געשעעניש אין די גרויסע רבי'שע הויפן פון וויזניץ און פשעווארסק ווען עס וועט גיין אונטער די חופה דעם רבי'נס אייניקל, טאכטער ביי זיין זון איידעם הגה"צ רבי דוד טווערסקי, זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט החתן אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א אבד"ק קאסאני וומס"ב.


היינט צופרי נאך תפלת שחרית אין ישיבה, האט דער וויזניץ קיימישער רבי שליט"א משמיע געווען די דרשת פתית הזמן פאר אלע בחורים, ישיבה גדולה און ישיבה קטנה צוזאמען, און דערביי איבערראשט די בחורים מיט די שכרה של תורה, אז יעדער בחור וואס וועט זיך באפלייסן מיט די לימודים און לערנען כאטשיג 450 שעות רצופות, וועט קענען מיטפארן צו די חתונה קיין ארץ ישראל, זיך אויסדרוקנדיג אז מ'זאל זיך נישט זארגן וועגן געלט, ווייל ער נעמט עס אויף זיך.


דאס קומט נאכדעם וואס בחיים חיותו איז געווען ענליך ביים פאטער הרה"ק בעל תורת מרדכי זצ"ל, ווען ער איז אמאל געפארן קיין ארץ ישראל אויף די חתונה פון אן אייניקל, האט דער רבי ז"ל אויך דאן פראקלאמירט אז ווער ס'וועט לערנען א סכום עצום פון שעות רצופות וועט קענען מיטקומען, און די התמדית התורה אין ישיבה אין יענע חדשים איז געווען עד אין לשער, אצינד האט דער רבי שליט"א ווידער אויפגעפרישט דעם רעיון נכון, מיט'ן ציל אויפצוהייבן דעם חשקת התורה והתמדת הלימוד צווישן די תלמידים החביבים.

Comments


bottom of page