מאנטאג פ' וישב • ט"ו כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: באדיבות המצלם
תורה תורה חגרי שק והתפלשי בעפרים כי שר וגדול נפל בישראל
א וואלקן פון טרויער און אבילות לאזט זיך אראפ אויף די גאנצע אידישע וועלט בכלל און אויף די ליטווישער בני תורה בפרט, מיטן אנקום פון די שווערע בשורה איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פון אחד מגדולי ראשי הישיבות ומנהיגי עולם התורה, גאון ישראל, משיירי כנסת הגדולה וממעתיקי השמועה, לוחם מלחמת השם ברמה, מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי אשר דויטש זכר צדיק לברכה ראש ישיבת פאנאוויטש און פון די פירנדע מנהיגים פון די 'בני תורה' קרייזן, וועלכער איז יעצט נסתלק געווארן לשמי מעל אין עלטער פון ניין און זיבציג יאר.
אבידה היא שאין לה תמורה, די הסתלקות פון דעם אדם הגדול בענקים וואס האט געזארגט אויף די עתיד הדורות יעדער איינציגסטע טאג. דער איש על העדה און לוחם מלחמת השם וואס האט אויפגעשטורעמט כלל ישראל איבער די שרעקליכע סכנות און גזירות שמד בארץ הקודש, און דער גאון בכל מכמני התורה וואס האט מדריך געווען און אוועקגעשטעלט טויזנטער תלמידים נאמנים לשם ולתורתו.
די ראש ישיבה איז געווען פארעכנט אלס א תלמיד מובהק פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי אלעזר מנחם מן שך זצ"ל בעל 'אבי עזרי', און האט פאר איבער פינעף און דרייסיג יאהר נאכאנאנד מרביץ תורה געוועהן אין די פאנאוויטשער ישבה. זינט די הסתלקות פון הגאון האדיר רבי שמואל אויערבאך זצ"ל בשנת תשע"ח איז דער ראש ישיבה אויפגענימען געווארן אלס אפיציעלער מנהיג פון די 'בני תורה' קרייזן, וכל הדבר הקשה קטון וגדול יביאון אליו
פארלאפענעם תשפ"ג איז דער ראש ישיבה ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, די לעצטע תקופה האט ער זיך ליידער שווער געמוטשעט אין איז טראץ די אלע שוועריקייטן אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום אין איבערגעגעבן שיעורים תמידין כסדרן אין ישיבה. מיט עטליכע וואכן צוריק האט זיך די מצב פארערגערט אין יעצט מאנטאג וישב מיטאג איז די ראש ישיבה נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין די מעייני הישועה שפיטאל, למגינת לב תלמידיו וכל בית ישראל.
פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.


Comments