מאנטאג פ' פנחס • ט"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם שב"ק אינדערפרי ביים קידושא רבא האט כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א משמיע געוועהן פלאם פייערדיגע דברות קודש ווי דער רבי שליט"א האט דערביי אויפגעשטורעמט דעם ציבור בנוגע דעם ביטערן גזירת הגיוס וואס הויערט אין די יעצטיגע טעג אויף די בחורי הישיבות און די אברכי הכוללים אין ארץ ישראל.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט דעם שטארקן ווייטאג מיט דעם גזירה פונעם חק הגיוס דורך די שלטון הרשע אין מדינת ישראל, וואס זייער ציל איז דורכדעם חרוב צו מאכן דעם 'מה טובו אוהליך יעקב' אז עס זאל חלילה נישט זיין קיין בתי כנסיות ובתי מדרשים ה"י, אזוי אויך האט דער רבי קלארגעשטעלט אז אונז כלל ישראל וועלן שטיין כחומה בצורה אנטשלאסן אנטקעגן די מלכות המינות, און זיך ח"ו נישט שטעלן אין לשכת הגיוס.
אין די זעלבע צייט האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די ספרדישע גדולים וואס האבן באלד גענומען דעם שטייפע שטעלונג צו זיין עומדים בפרץ אז מען טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, און אזוי אויך איז ארויסגעהויבן געווארן די העלדישע שריט פון די צוויי ליטווישע גדולים, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, וואס האבן אויך גענומען דעם מהלך, פראקלאמירנדיג אז קיין שום בחור טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס בשום אין פנים ואופן ובלי שום יוצא מן הכלל.
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז לדאבונינו האט מען דערווייל נאכנישט געהערט פון די חסידישע רבי'ס אז זיי זאלן ארויסקומען אין די עפענטליכקייט אנטקעגן די גזירת השמד, און ארויסגעהויבן די העלדישע שריט פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז דער איינציגסטער וואס איז ארויסגעקומען בפרהסיא אנטקעגן די עוקרי הדת פראקלעמירנדיג אז מיר וועלן זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס.
אין אנדערע נייעס האט דער סלאנימער רבי שליט"א דעם ערב שבת באזוכט אין ישבת באר אברהם סלאנים אין אלעד, ווען נאכן דאווענען האט זיך דער רבי געוואנדן צו די בחורים זאגנדיג אז ער הערט צוריק אז עס זענען פארהאן בחורים וואס האבן מורא אז מען וועט זיי איינזעצן צוליב דעם וואס זיי וועלן נישט צושטעלן צום לשכת הגיוס, האט דער רבי האט קלארגעשטעלט: די הלכה איז אז תלמיד שגלה גולה הרב עמו, דאס זעלבע וועט זיין אויף דעם פאל טאמער די רשעים וועלן נעמען איינע פון די בחורים אין תפיסה, וועל איך מיטגיין!
Comments