top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי וחסידי מאקאווא אין ניו יארק אין התרגשות'דיגע שטימונג לקבל פני כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס התרגשות און שמחה האבן תלמידי וחסידי מאקאווא בפרט און יהדות ניו יארק בכלל אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה אז כ"ק כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועט די קומענדיגע וואך אנקומען אויף א באזוך אין אמעריקע לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר וואס דער רב שליט"א איז נישט געווען אין אמעריקע.


דער רב וועט אנקומען אי"ה אנהייב קומענדיגע וואך פ' כי תצא צו די חתונה פונעם אייניקל בן לבנו הרה"ג ר' יואל יצחק לעמבערגער שליט"א, מיט די טאכטער פון הגה"צ ר' יחיאל מיכל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל-מאנסי, וואס וועט געפראוועט ווערן בשעטומ"צ אין מאנסי, וואו דער רב וועט מפאר זיין בראש השמחה נאכגעפאלגט מיט'ן געהויבענעם שבת שבע ברכות אין שטאט מאנסי.


דורכאויס די טעג וואס דער רב וועט זיך געפינען אין אמעריקע וועלן תלמידיו וחסידיו ווי אויך פילע תושבי ניו יארק האבן די געלעגנהייט זיך צו קלאמערן לאורו הבהיר בזמן שהצדיק בעיר, צווישן אנדערע וועט אי"ה פארקומען א גרויסארטיגע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך התאחדות תלמידי וחסידי מאקאווא בארה"ב צוזאמען מיט א כינוס תלמידים וואו די פילע תלמידים וחסידים וועלן אינאיינעם פארברענגען שעות של קורת רוח בצל רבם ומאורם דער רב שליט"א.


לויט'ן פלאן וועט דער רב פארבלייבן אין ניו יארק אויף די גרויסארטיגע חתונה בחצר הקודש סאטמאר וואס קומט פאר די נאכפאלגענדע וואך פ' כי תבוא אין וויליאמסבורג, וואו דער רב שליט"א איז א פעטער פאר'ן מחותן הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, און אינצווישן וועט דער רב באזוכן בקרב חסידיו איבער די שטעט אין ניו יארק רבתי.

Comments


bottom of page