זונטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי סאטמאר איבער די גארער וועלט בכלל און תושבי קרית יואל בפרט האבן מיט געוואלדיגע רגשי הודאה להשי"ת, מיטגעהאלטען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הב' כמר חיים צבי ני"ו בן הרה"ג רבי מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן הגה"צ רבי העניך אשכנזי אבד"ק אבני צדק, די שמחת הבר מצוה איז פארגעקומען אויף א געהויבענעם פארנעם אין בעטלעהעם ניו העמפשיר ווי דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפינט זיך אין די יעצטיגע וואכן אויף מנוחת הנפש. די סעודת הבר מצוה איז פארגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך, וועלכע איז הערליך צוגערישט געווארן לכבוד די שמחה. ביים סעודת הבר מצוה האבן זיך אנגעזעהן צענדליגער חסידי סאטמאר וועלכע וויילן דארט אין די געגענט אויף וואקאציע און האבן געהאט די זכי' צו מיטהאלטען די שמחה ביים רבי'ן שליט"א.
מיטוואך אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הנחת תפילין אינעם ארטיגן ביהמ"ד, דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, לרגל די הנחת תפילין פונעם רבינ'ס אור אייניקל.
מיטוואך אויפדערנאכט איז פארגעקומען א באזונדערע שמחת הבר מצוה אין שטאט קרית יואל אין די כינור דוד זאלן, ווי די הונדערטער תושבי קרית יואל האבן געהאט די געלעגענהייט זיך צו באטייליגן און מיטפרייען בשמחת בית צדיקים, באזונדער האט זיך אנגעזען א שיינער ציבור מתפללי ביהמ"ד אבני צדק, וועלכע זענען געקומען אנווינטשן פארן זיידע פונעם בר מצוה בחור הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
Commentaires