top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דרכי ספינקא אבלות • פילע חסידי ספינקא אין שפיץ פון האד' מספינקא באגלייטן למנוחות רבינס טאכטער מרת דייטש ע"ה

דינסטאג פ' קדושים • כ"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט שווערע געמיטער און פארווייטאגטע געפילן האבן זיך הונדערטער אידן היינט נאכמיטאג פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול ספינקא אין בני ברק ביים הארצרייסנדע לוי' פונעם האשה החשובה והצנועה בת קדושים מרת חנה פעשא דייטש ע"ה טאכטער פון להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, וועלכע איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז דרייסיג יאר, לדאבון לב משפחתה וכל מכירה און חסידי ספינקא אומעטום.

עס איז געוועהן א הארצרייסענדע צענע ווען די ספינקא רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד באגלייט מיט די אייניקלעך די פרישע יתומים, דברי הספד קינה ונהי איז געהערט געווארן דורך די חשובע מספידים, בראש וראשון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וועלכער האט משמיע געווען דברי הספד בקול בכי תמרורים באוויינענדיג די שווערע אבידה, און ארומרענדיג פון אירע פילע מעלות טובות באגלייט מיט דברי אמונה ובטחון וועלכע האט יעדן שטארק מרגש געווען.

דערנאך האבן מספיד געווען איר שווער הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, איר ברודער הרה"צ ר' אביש ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא ירושלים, און איר שוואגער המשפיע הרה"ג רבי יודל דייטש שליט"א, דערנאך האט מספיד געוועהן דער חשובע מאן הרה"ג ר' דוד דייטש שליט"א וועלכע האט מיט טרעפליכע דיבורים פיל מיט אמונה און ביטחון מצדיק געווען דין שמים באהבה, צום לעצט האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' יודל פרוש שליט"א מחשובי חסידי ספינקא בשם די גאנצע עדה הקדושה. קיין אויג איז נישט געבליבן טריקן ווען די זעקס יעריגע יתומל האט געזאגט קדיש אחר מיטתה פון זיין מאמע ע"ה.

דערנאך האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר, צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם, רבנים, וראשי ישיבות,צווישן זיי האדמורי"ם ממחנובקא בעלזא, דאראג, ביאלא בני ברק, ספינקא בני ברק, ספינקא רמת אהרן, ספינקא גני גד, זידיטשויב פתח תקוה, אב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד מאקאווא בני ברק, אב"ד צאנז טשאקאווא, אב"ד דברי משה, די פעטערס האחים האדמורי"ם מביאלא פשיסחא, לעלוב ירושלים, גארליץ, און נאך חשובע אידן רבנן ותלמידיהון.

פון בני ברק האט מען אפגעפירט די מיטה צום סגולה בית החיים אין פתח תקווה, וואו די קינדער פונעם ספינקא רבי'ן שליט"א האבן אויפגעטראטן מיט דברי פרידה, דערנאך האט מען אריינגעפירט די מיטה אינעם אוהל הק' מקום מנוחתם פון אירע גרויסע זיידעס די הייליגן אמרי יוסף מספינקא זי"ע, און כ"ק אדמו"ר מספינקא זצוק"ל, וואו מען האט געזאגט א קדיש, הארט פארן שקיעה איז די חשובע נפטרת געקומען לקבורה סמוך ונראה צום אוהל הקדוש בחלקת אבותיה הקדושים.














































bottom of page