זונטאג פ' האזינו א' • כ"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט א התעוררות דקדושה האבן שווערע הונדערטער אידן און חסידי צאנז קלויזענבורג בארצינו הקדושה מיטגעהאלטן דעם סדר אמירת הסליחות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א און דערמיט אריינגעטרויטן אין די ימי הרחמים והסליחות אויף א געהויבענעם שטייגער.
ווי געמאלדן האט די רבי שליט"א דאס יאהר אנדערש ווי געפלאנט געזאגט די סליחות ראשונות במוצאי מנוחה בקרתא דשופריא אין עיה"ק ירושלים, צום ערשטן מאל זינטן איבער נעמען די כתר האדמורו"ת, וואו הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך איינגעזאמלט תחת קורת גג אחד אין בית מדרש הגדול סקווירא אויף רח' בר גיורא נתעורר צו ווערן ביי די אמירת סליחות פון דער רבי שליט"א וואס איז יורד לפני התיבה מיט א געוואלדיגן התעוררות, ולשמוע את דבר ה' ברמה די דרשת התעוררות ממעמקי לבו הטהור פונעם רבי'ן שליט"א.
אום 5:30 פארטאגס באשמורת הבוקר איז די רבי ערשינען צום אמירת הסליחות און יורד געווען לפני התיבה, ונשמע קולו בבואו אל הקודש ביים זיך מתחנן זיין לפני מלך המלכים, אום צום הויכפונקט די דרשת התעוררות בקול חוצב להבות אש פאר שמע קולינו וואו די רבי האט מלמד זכות געוועהן אויף כלל ישראל, די עבודת הקודש האט זיך פארצויגן פאר גאנצע דריי שעה נאכאנאנד, אנדער האלבן שעה די אמירת הסליחות, און אנדער האלב שעה די דרשת התעוררות.
צווישן די הונדערטער פארזאמלטע האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים דיינים ואנשי שם צווישן זיי הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אב"ד דברי משה, הגה"צ רבי משה מרדכי ווידער אב"ד לינז ירושלים און נאך.
ביים פארענדיגן אום 8:45 צופרי האט די רבי שליט"א געהייסן אויסרופן אז נאך געציילטע מינוטן איז סוף זמן קריאת שמע, און די רבי איז אריין לחדרו הפרטי צו ליינען קריאת שמע, שפעטער נאכמיטאג האט די רבי געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
コメント