top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבן מאסו הבונים • הערליכע מעמד הדלקה אנאיינעם מיט מעמד הנחת אבן הפינה אין נייע קרית ערלוי אין הר יונה

דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


דער נייע קרית ערלוי אין הר יונה האט דעם ל"ג בעומר געווירבלט מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ביים געהויבענעם מעמד הדלקה אינאיינעם מיטן הנחת אבן הפינה פארן נייעם דירות פראיעקט וואס ווערט אויפגעבויעט אינעם קריה נאמנה. כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א האט שוין געוויילט איבער שבת אין הר יונה און האט מפאר געוועהן די חגיגה אין שפיץ פון הונדערטער תלמידי וחסידי ערלוי וועלכע האבן מיטגעהאלטן די מעמד.


אין די נאכמיטאג שעהן האט מען זיך צוזאמגענימען אויף די גאסן פון שטעטל וואו מען האט צום ערשטסט געזינגען ניגוני התעוררות. דערנאך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דעם רבינס בן יחיד הגה"צ רבי שלום צבי סופר שליט"א בשליחות הקודש וואס האט ארויסגעגעבן די שטורמישע הרגשים צום דעם פריידיגן מאמענט ווען עס בויעט זיך א נייעם יישוב פארן היימישן ציבור תלמידי וחסידי ערלוי. עס האט אויך אויפגעטראטן מיט דברי ברכה דער רב פון שטאט הר יונה הרה"ג ר' ישעי' הערצעל שליט"א. דערנאך האט מען צוגעטראטן צום מעמד ההדלקה רבתי מיט ניגונים און ריקודין לכבוד היום, וואו מען האט זיך מיטגעפריידט בשמחת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי פאר לענגערע שעהן נאכאנאנד.























Comments


bottom of page