מיטוואך פ' ויגש • ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שבת איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, ווי יאר יערליך האט די רבי געווידמעט די דאזיגע נסיעה מוצאי זאת חנוכה צו מתפלל צו זיין פאר די נדיבים ותומכים וועלכע שטיצן חודש'ליך דעם קופת הקהל 'להחזיקם ולהחיותם' וועלכע העלפט ארויס נויטבאדערפיגע משפחות אין די קהילה בעת שמחתם אין בעפאר די ימים טובים, די רבי שליט"א איז אנגעקומען אויפן ארט קעגן איבער די קודש הקדשים ביים כותל המערבי אינעיינעם מיט א מנין רבני ק"ק וויזניץ ווי די רבי שליט"א און די מנין האבן אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים אין געזאגט נאך תחינות ובקשות, דאן האט די רבי געליינט די כוללות קוויטל מיט די נעמען פון די תורמי הקופה, יעדער נאמען בפרטות וואס האט געדויעט עטליכע שעה, דערנאך האט די רבי שופך שיח געווען א תפילה חרישית אין מעתיר זיין לישועת הכלל והפרט און א גוט געבענטשט יאהר לנו ולכל ישראל.
Commentaires