top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גאנצער "סטרוקטור" פונעם בנין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא פארענדיגט

מיטוואך פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


די הערצער פון אלפי חסידי סקווירא שטורעמען מיט פרייד ווען אין די יעצטיגע טעג איז פארענדיגט געווארן די דרויסענדיגע סטרוקטור פונעם בנין האדיר והמפואר בית המדרש הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, געבנדיג א פרישע טעם און חשק לקראת די היסטארישע דערגרייכונג, ווען מען וועט בעזר השם אין א מזל'דיגע שעה באנייען דעם בנין לשם ולתפארת.


העפטיגע בוי ארבעט גייט שוין אן עטליכע יאר אויף אלע פראנטן, עלעקטעריק פלאמבינג וואסער און וויכטיגע איינריכטונגען, מאסיווע ביעמס און שטאלענע שטאנגען וואס האבן געמאכט זייער וועג אריין אינעם קריה נאמנה, שטייען שוין אצינד על מכונם אונטערצולענען דעם היסטארישן געבוי, די מקום קדוש וואס וועט פארוואנדלט ווערן אין א בית גדול שמגדלים בו תורה ותפילה.


אין די יעצטיגע טעג איז פארענדיגט געווארן די דרויסענדיגע צורת הבנין, ווען די גאנצע ציגל איז שוין געלייגט געווארן אויף אלע זייטן, געבנדיג דאס בליק אז עפעס באווייזט זיך שוין, און אט אט האלט מען שוין נענטער ווי ווייטער מיט די התקדמות מלאכת הבניה.


חסידי סקווירא זענען מתפלל אויף ווייטער, די הייליגע ארבעט זאל אנגיין אן קיין שטרויכלונגען, און בקרוב במהרה זאל מען שוין זעהן די גאנצע בנין גרייט צום באנייען, לשמחת לב די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה.






































Opmerkingen


bottom of page