זונטאג פ' לךלך • ז' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין שטאט קרית יואל איז פארגאנגענעם וואך געפייערט געווארן די חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סאטמאר 'בנין אליהו' אויף גארפיעלד אין קרית יואל, נדבת הנגיד החסיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו, פון די סאמע גרעסטע נדיבים אין די היסטאריע פון סאטמאר׳ס קרית מלך רב וואס האט זוכה געווען לבוא לגמרה של תורה, צו פארענדיגן שרייבן א הערליכע מהודר'דיגע ספר תורה אין דאס אריינגעגעבן צום ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי קרית יואל, טויזנטער ילדי התשב"ר, די מאות תלמידי הישיבות, רבנן ותלמידהון, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האבן אלע מיטגעלעבט די שמחה הרוממה.
Comments