top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 אויף אפרוה אין אריזאנע | גאלעריע

דינסטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ניסן ב.


כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א האט די לעצטע צוויי וואכן געוויילט אין 'סקאטסדעיל' אריזאנע אויף מנוחת הנפש, אין לויף פון די צוויי וואכן וואס די רבי האט געוויילט אין אריזאנע האט די רבי שליט''א געדאווענט אינעם ארטיגן ביהמ''ד וואו די רבי האט זיך אויך באגעגענט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע האט אויך געוויילט אין סקאטסדעיל אויף אפרוה. 


כאטש וואס די רבי שליט''א איז געוועהן אויף וואקאציע האט די רבי ווייטער אנגעהאלטן זיין קביעות אין איבערגעגעבן די שיעורים פאר די תלמידי המתיבתא דורך א לייוו הוקאפ אויפן טעלעפאן.


אויפן עראפלאן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק האט זיך די רבי שליט''א באגעגענט מיט הרה"צ רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל בן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ביי וועם די רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מצב הבריאות פון זיין פאטער די סקולענער רבי, וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין אריזאנע.






















bottom of page