top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הגה"ח ר' אברהם יעקב קאליש זצ"ל משפיע אין מגיד שיעור אין ק"ק בעלזא

מיטוואך פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: אברומי ברגר


חסידי בעלזא אין ירושלים עיר הקודש האבן זיך יעצט ביינאכט אין ארץ ישראל פארזאמלט ברוב עם אפצוגעבן דעם כבוד האחרון, פאר הרב הגאון החסיד ר' אברהם יעקב קאליש ז"ל מזקני חסידי בעלזא, און לאנגיעריגער מגיד שיעור און מרביץ תורה אין בית המדרש דחסידי בעלזא אין בני ברק, ובראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א וועלכע איז ארויסגעקומען צו די לוי' ברחובות קרית בעלזא אין ירושלים.


דער חשובער נפטר האט זוכה געווען אין זיינע יונגע יארן זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער געלערנט אין די ערלויער ישיבה, און אלע יארן האט ער זיך געהאלטן אלס א נאנטער תלמיד פון הגה"ק מערלוי זי"ע. וואוינענדיג אין בני ברק איז ער געווען פון די קביעות'דיגע מתפללים אין די בעלזא שטיבל אויף רחוב בן יעקב, און פארגעלערנט שיעורים פאר די חברי הקהילה פאר לאנגע יארן.


ער לאזט איבער א הערליכע דור, חשובע קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים. זיין איידעם איז הגה''צ ר' שמעון אברהם גרינפעלד שליט"א אב"ד קהל חסידים אין אנטווערפן, נאך א איידעם איז הרה"ג ר' יעקב יוסף שלאף שליט"א מראשי ישיבת שער השמים אין ירושלים עיר הקודש, זיינע זוהן: הרה''ג רבי שלמה קאליש מראשי ישיבת נדבורנה, בנו הרה''ג רבי אהרן קאליש ראש ישיבה לצעירים בעלזא אין לאנדאן, נאך עטליכע זיהן זיינע זענען באקאנטע בעלי מנגנים אין די חסידישע וועלט, און בפרט אין די בעלזא הויף.

bottom of page