top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ברק • שיינע חתונה געפראוועט בחצר הקודש מודזיץ‎‎

זונטאג פ' שלח - כ"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי מודזיץ האבן דעם מיטוואך מיטגעלעבט פרייליכע שעה'ן ביים שמחת החתונה במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן יהודה משה טאוב נכדו חביבו פונעם רבין שליט"א, בן לבנו הרה"צ ר' שמואל אליהו טאוב, איידעם ביי הגה"צ ר' אליהו שטערן שליט"א אב"ד אור המאיר רחובות, זון פון הגה"צ גאב"ד מירון זצ"ל, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א בת לבנו הרה"צ ר' שמעון שמואל קארנרייך איידעם ביי הגה"צ אב"ד ערלוי בני ברק.


ביים מעמד קבלת פנים האט די אבי החתן הרה"צ רבי שמואל אליהו פארגעזינגען די מודזיצער נוסח ימים נוראים מיט גרויס בכיות. ביים חופה האט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ מסדר קידושין געווען, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ רבי אליהו שטערן אב"ד אור המאיר רחובות, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס האדמורי"ם מקוזמיר, אפאלע, הגה"צ רבי טובי' שטערן גאב"ד מירון, און הרה"צ ר' שמחה קארנרייך פון בארא פארק, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א.

דורכאויס די שמחה האט זיך אנגעזעהן אויפן רבין א ספעציעלע התרגשות, ווען די רבי האט זיך עטליכע מאל ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין, בפרט טאנצנדיג מיט נכדו חביבו דער חתן פאר א לענגערע וויילע בעוז ותעצומות בשעת ווען די ציבור האט זיך געהויבן טפחיים מעל הקרקע, באזונדער איז די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א, אויך איז געשאפן געווארן א שיינע ריקוד פונעם זיידן אב"ד אור המאיר רחובות מיט אחיו הגה"צ ר' אלעזר שטערן גאב"ד מירון.


במשך די חתונה זענען געזינגען געווארן צוויי נייע ניגונים וואס די רבי שליט"א האט ספעציעל פארפאסט לכבוד די שמחה, נאכן מצווה טאנץ פונעם רבין איז די רבי געטאנצן א קאדאטשקע אינאיינעם מיטן חתן בשמחה וצהלה.


דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי די פעטער'ס האדמורי"ם מסערט וויזניץ - ערלוי - אלכסנדר - קאסוב וויזניץ - קוזמיר - ביאלא בית שמש און בוטושאן. אזוי אויך האדמורי"ם מראחמסטריווקא - סטריקוב - פיטסבורג - נדבורנא ביתר - ספינקא דונולו - לעלוב ב"ב - גארליץ - ביאלא רמ"א - הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לנדא גאב"ד בני ברק - הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ - הגה"צ ר' יעקב לייפער ראש ישיבת פיטסבורג - הגה"צ המקובל רבי שמעון גלאי און נאך.



























































































Comments


bottom of page