top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקול רנה ותודה • גרויסער רעבישע חתונה בחצרות סאסוב - פינסק קארלין ביאלא בארא פארק פארגעקומען אין ביתר

מיטוואך פ' ויגש • ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין דער שטאט ביתר איז דעם זינטאג געפראוועט געווארן די גרויסע רעבישע חתונה בחצרות סאסוב - פינסק קארלין - ביאלא בארא פארק, בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן זוהן פון הגה''צ רבי משה טייטלבוים אב''ד סאסוב בית שמש בן כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א וחתן כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א, עב''ג די כלה א טאכטער פון כ''ק האדמו''ר מביאלא בארא פארק שליט''א.


די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן ביים שבת עלייה לתורה די וואך שבת פ' מקץ בצל הקודש פונעם זיידן כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א אין קרית ישמח משה, אויף שבת איז געקומען צו פארן די זיידע כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וואו די אדמור''ים שליט''א האבן אפגעראכטן די שולחנות הטהורים בצוותא חדא לרגל די שבת של שמחה.


די חתונה איז פארגעקומען ווי געזאגט - נעכטן זינטאג אינעם גרויסן אודיטאריום אין שטאט ביתר במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה ובראשם אדמור''ים ורבנים קרובי המשפחה. ביים מעמד קבלת פנים האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזין בדחנא דמלכא ר' בנציון ברעכער, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן כ''ק האדמו''ר מדעעש בארא פארק שליט''א א פעטער מצד הכלה.


נאכן באדעקן איז מען ארויס צום חופה אויפן גרויסן שטח פונעם זאל, מיט סידור קידושין האט די זיידע כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א מכבד געוועהן גיסו כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף שליט''א, קריאת הכתובה די פעטער הגה''צ רבי העניך טייטלבוים אב''ד סאסוב ירושלים, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס פון ביידע צדדים, כ''ק האדמו''ר משידלובצא שליט''א, כ''ק האדמו''ר מביאלא הר יונה, הגה''צ רבי משה טייטלבוים דומ''ץ סאטמאר ירושלים, כ''ק האדמו''ר מאלעסק, אין ברכה אחריתה כ''ק האדמו''ר מביאלא בני ברק שליט''א. נאכן חופה האבן זיך די זיידע'ס האדמור''ים שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


א קורצע צייט נאכן חופה איז כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א ערשינען אויף א באזוך בהיכל ישיבתו אין ביתר וואו די סדרי הלימודים זענען אנגעגאנגען כסדרן, די רבי שליט''א האט זיך צוגעזעצט צום סדר הלימוד אין דערנאך געדאווענט מעריב מיט די בחורים, כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א האט געדאווענט מעריב בבית מדרשו אין ביתר אין דערנאך זענען די חסידים דורך וואונטשן מזל טוב.


צום באשטימטער צייט זענען די מחותנים האדמור''ים שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען בקול רינה ותודה אין זיך געוואשן צום סעודת החתונה. דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן בראש המסובים די פעטער'ס אין קרובי המשפחה האדמור''ים מסערט וויז'ניץ, קרעטשניף, ביאלא בני ברק, ביאלא בית שמש, שידלאבצא, קרעטשניף סיגעט, נדבורנה ביתר, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, טשערנאוויץ, מיאלען, וויטעבסק אין נאך פיל.