top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' מקץ • ב' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


 

כ"ק הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם ווערט געזעהן ארויסקומענדיג פונעם ציון הקודש פונעם הייליגן בעש"ט אין מעזיביז מיטן נייעם זילבענעם שטעקן וואס איז געקויפט געווארן דורך איינע פון די נגידים.


הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר, ביים פארטיילן חנוכה געלט פאר די ילדי התלמוד תורה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מבאבוב אויפן וועג אהיים נאכן מעמד הדלקת נרות חנוכה מוצאי שבת ארומגענומען מיט חסידים.


המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס ביי הדלקת נרות חנוכה ביים קבר רחל אמנו.


האדמו"ר ממבקשי השם ארומרעדענדיג איבער שמירת עינים אויפן בארימטן וימאן מהלך.


ר' יוסף שמעון שעכטער משב"ק מרן אדמו"ר מוויז'ניץ ביים אריינברענגען די היסטארישע ירושה מנורה פון הרה"ק רבי פנחס'ל קאריצער זיע"א בחדר הפרטי פונעם רבי'ן שליט"א דעם מוצאי שבת חנוכה.


דער בארימטער פאטאגרעפירער אברמי בערגער ביי די עבודת הקודש דעם חנוכה בחצרות האדמור"ים.


דער היסטארישע ירושה מנורה פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אין וואס די רבי האט פאריאהר געצינדן צום ערשטן מאל נאכן ערהאטן די מנורה מירושת אבותיו הק', דאס יאר איז די מלכות'דיגע מנורה איבערגעפרישט געווארן לכבוד יו"ט חנוכה. אינעם בילד רעכטס די פראכפולע מנורה ערב חנוכה גרייט על שולחן מלכים.


דאס ערשטע מאל וואס דער משמש ערלויבט צו נעמען מער ווי איין האנטוך....


אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי טרעפט זיך מיט ארטיגע רבנים און פארשטייער פון אידישע קהילות ווי ער האט אפגעראכטן א חנוכה ליכט צינדן, צום ערשטן נאכט פון חנוכה.


אינעם ווייסן הויז איז די וואך פארגעקומען א חנוכה מסיבה ווי די קאפעלע פונעם אמעריקאנער מלוכה האט געזינגען חנוכה לידער אויף די אידישע שפראך אינאיינעם מיטן חזן ר' שלום לעממער.


הגה"צ גאב"ד אנטווערפען ביים הדלקת נרות חנוכה בהיכל ישיבת 'עץ חיים' ווילירייק אין אנטווערפען.


הונדערטער חסידי גור אין אמעריקע האבן דעם יו"ט חנוכה מיטגעהאלטן די מעמדי הדלקת נרות חנוכה דורך האדמו"ר מגור שליט"א אין ירושלים, וואס איז ארובערגעפירט געווארן לעבעדיג דורך א סעטעלייט.


א דאנק בריוו פון די סאטמארער רעבעצין תליט''א לכבוד הנגיד ר' יואל לאנדא וב''ב כאות הוקרה פארן חלוקה וואס ר' יואל האט פארטיילט פאר הונדערטער אלמנות לכבו השמחה במעונו.


האדמו''ר מסקולען לעיקוואד ביי הדלקת נרות חנוכה אנגעטהון מיטן קאלפיק פון אביו הרה''ק מסקולען זי''ע.


האד' ממודזיץ ביים צינדן די נרות חנוכה אינעם ביהמ''ד הגדול והחדש אין בני ברק ארומגענימען מיט בניו הרבנים.


בחורי ישיבת 'תפארת שמואל' מיט ספעציעלע געברויכן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאדיגורה וועלכע האט פארטיילט חנוכה געלט פאר די טייערע נשמות.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביי הדלקת נרות חנוכה ערש"ק אנגעטוהן מיט די טלית ותפילין.


כ"ק אדמו"ר מפוריסוב שליט"א בנאות דשא אין עיה"ק ירושלים.


הכנות אין שטאט חיפה צום באזוך פון מרן אדמו"ר מוויזניץ אויף דעם קומענדיגן שבת פרשת ויחי אין שטאט, ווערט געזעהן דעם משב"ק הרב בנציון שטאנגער.


א דאנק בריוו מטעם קהל תורת חיים וויז'ניץ אין וויליאמסבורג צו ק"ק אהבת ישראל וויז'ניץ אין קרית וויזניץ איו בני ברק אויף די ווארימע אויפנאמע פארלאפענעם שבת פרשת ויצא ווען כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ וויליאמסבורג שילט"א האט געוויילט אויף שבת אין קרית וויזניץ במצחיצתו פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


כ"ק הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם אין א שמועס מיט מקרובו הרב ישראל אבערבוך ביים ציון הק' אין אומאן אוקריינע.


הרה"צ רבי יוסף ראבינאוויטש בן כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וראש ישיבות ביאלא אויף א באזוך אינעם נייעם שטוב פון ש"ב הרה"צ ר' שלמה לייב ראבינאוויטש אב"ד ביאלא פשיסחא בארא פארק.


הגה"צ גאב"ד מאקאווא ביים זיך משתתף זיין ביים הדלקת הנרות בחצר הקודש גור.


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים זיך משתתף זיין די וואך ביי א סיום הש"ס פון הבחור החתן א זוהן פון ר' דוד שישא ממנהלי המוסדות, די סיום איז פארגעקומען בבית נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א.


תלמידי ישיבת 'מאור התורה' שע"י מוסדות 'אוהל - הבית לחינוך מקדם' אין בית שמש, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מויז'ניץ בית שמש וועלכע האט פארטיילט חנוכה געלט אלס א סגולה לשמירה ולהצלחה.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"צ ר' נחום שארף שליט"א אב"ד סאדיגורא מונסי לרגל די שמחת השידוך שליסן פון בנו החתן למזל טוב.


bottom of page