מאנטאג פ' האזינו א' • כ"ה אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
ברגשי קודש זענען זיך פילע תושבי אנטווערפען צוזאמקומען נעכטן זונטאג אויפדערנאכט אינעם גרויסן פשעווארסקע בית המדרש אין אנטווערפען, אויף א מעמד לחיים ומסיבת פרידה לכבודו פון כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, וועלכע ציעט זיך אריבער קיין מאנסי למלא מקום אביו אנצופירן די שינאווא הויף אין מאנסי.
דער שינאווא רבי כ"ק הרה"צ רבי יוסף נפתלי וואגשאהל שליט"א, חתנא דבי נשיאה ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, איז מיט עטליכע וואכן צוריק אויפגענומען געווארן למלא מקום אביו הגדול און ממשיך זיין די שלשלת הקודש לבית שינאווא, נאכן הסתלקות פון זיין פאטער ביום י"ג אב.
די לעצטע דרייסיג יאר זינט די חתונה האט דער רבי שליט"א געוואוינט אין אנטווערפען בצל חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואו דער רבי האט מרביץ תורה געווען און משפיע געווען מהודו והדרו אויף די פרחי החסידים, במשנתו הטהורה פון זיין גרויסן שווער דער רבי שליט"א. אצינד ווען דער רבי שליט"א גרייט זיך אפצורייזן קיין ניו יארק לקראת די ימים הנוראים הבאים לקראתינו לשלום, און פארבלייבן וואוינען אין ניו יארק אנצופירן די שינאווא הויף אין מאנסי לשם ולתפארת בית אבותיו הקדושים, איז אפגעראכטן געווארן א גרויסע מסיבת פרידה לכבודו הרם, אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער פשעווארסקע רבי שליט"א וועלכער האט משמיע געוועהן קורצע דברי פרידה אין מאציל געוועהן מברכות קדשו לכל העם הנאספים.
אזוי אויך איז געהערט געווארן א שיינעם דרשה פונעם שינאווא רבי שליט''א אין קורצע דברי ברכה פון דער מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, צום שלוס פונעם מעמד איז דער גאנצער ציבור דורך ביים רבי'ן זיך געזעגענען, און מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד די נייע יאר.
Comentários