top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמסיטריווקא ספרינג וואלי וועט זיצן שבעה אין ירושלים ע"פ אחותו ע"ה; סדרי וזמני ימי השבעה

דינסטאג פ' משפטים • כ' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט מארגן מיטוואך ארויספארן קיין ארץ ישראל וואו דער רבי וועט זיצן שבעה אינאיינעם מיט די מוטער הרבנית הצדקנית תליט"א און די בני המשפחה, נאך די פטירה פונעם רבינס שוועסטער הבתולה מרת פייגא יענטא טווערסקי ע"ה וואס איז נעכטן מאנטאג נפטר געווארן לחיי העולם הבא נאכן זיך מוטשען מיט שווערע יסורים.


היינטיגן דינסטאג וועט דער רבי שליט"א זיצן שבעה בבית מדרשו אויף ווארענט קאורט אין מאנסי, פארמיטאג פון 11:00 ביז 2:00 נאכמיטאג. שפעטער פון 5:00 ביז 7:00, און באנאכט פון 8:30 ביז 11:00. זמן תפילת שחרית 8:00, מנחה 4:30, מעריב 7:00.


מארגן מיטוואך נאכמיטאג וועט דער רבי שליט"א ארויספארן קיין ארץ ישראל וואו ער וועט זיצן שבעה מיט די געשוויסטער בבית אמו הרבנית תליט"א אויף די גבעת משה גאס ביזן סיום השבעה, קומענדיגע זונטאג תרומה. דעם שבת וועט דער רבי וויילן אין עיה"ק ירושלים אויף א פריוואטער פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה.



Comentarios


bottom of page