דינסטאג פ' קדושים • כ"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי פריינד
ווי יאהר יערליך האט כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א אויפגעטראטן מיטן דרשת פתיחת הזמן פאר די בחורי החסידות, כמנהג אביו כ"ק האדמו"ר הרה"ק מסקולען זי"ע. די מעמד פתיחת הזמן איז פארגעקומען אין סקולענער ביהמ"ד און בארא פארק וואו עס איז צום ערשט געהערט געווארן גאר א טרעפליכע דרשה דורך הרה"ג רבי ישראל מרגליות שליט"א ר"מ בישיבת שערי יושר ור"מ בישיבת וויזניץ וועלכער האט מיט זיין וואונדערליכע שפראך, זיך אויסגעגאסן דאס הארץ מיט ווארעמע דיבורים כהכנה צום זמן הקיץ. דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן די דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א פיל מיט חיזוק והתחזקות באגלייט מיט עצות והדרכות ישרות וואס איז נוגע יעדן חסידישער בחור. נאכן מעמד זענען די בחורים דורך ביים רבי'ן שליט"א מקבל זיין ברכת קדשו צום נייעם זמן.
Comments