top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צִיּוֹן הַמְצֻיֶּנֶת: הונדערטער אידן פוקד געוועהן מקום מנוחתו פון הגה"ק השפתי רפאל זצוק"ל אב"ד ענדינגען ומדינת שווייץ

מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט התרגשות דקדושה האבן הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה אפגעצייכענט די צוויי הונדערט עלעפטע יארצייט פונעם פועל ישועות ומלומד בנסים הרה"ק בעל שפתי רפאל משווייץ זי"ע וואס האט משמש געווען ברבנות אין שווייץ, און איז געווען באקאנט מיט זיין קדושה יתירה און גרויסקייט בחכמת הקבלה, ומנוחתו כבוד אינעם שטעטל ענדיגען אין שווייץ.


די פיבערהאפטיגע הכנות צום יארצייט איז אנגעגאנגען אויף א ברייט פארצווייגטע פארנעם, די וועד העסקנים אין שפיץ פון הרב שמואל שווארטץ מיט די עסקנים ר' יענקל פראנצהויז און ר' ברוך גרויס, וואס האבן אריינגעלייט הארעוואניע צו ענטפאנגען די הונדערטער מתפללים אויפן ציון הק' אינעם גאנצן מעת לעת רונדע דעם זייגער, מיט שאטעלס צום ציון, שאטערס, איבערבייס און משקאות, ברייטע פת שחרית כיד המלך, א שאטער פאר נאכאנאנדע מנינים שחרית מנחה מעריב, א פלאטע פון בתי כבוד, מיט די פולסטע מיטארבעט פון די פאליציי וואס איז געשטאנען אויף די וואך אין לויף פונעם טאג. מטעם כולל שפתי רפאל ע"ש הצדיק, איז געדרוקט געווארן דער נייער קונטרס תהלות רפאל מיט תהלים, בקשות, תולדות הצדיק און נאך.


אנגעהויבן פון מוצש"ק ביז זונטאג אין די גאר שפעטע נאכט שעות האט דער חלקת מחוקק ספון געווירבעלט מיט הונדערטער אידן וואס האבן מקיים געווען נהלני לציון קודש און האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ און מתפלל געווען בזכותו של אותו צדיק, צווישן דיי פולע וואס האבן פוקד געווען דעם ציון הק', האבן זיך געזעהן מערערע רבני ודייני העיר צווישן זיי הגה"צ רבי הערשל אלימלך פאדווא גאב"ד אגודת אחים ציריך, הגה"צ אב"ד רענדיק שליט"א נשיא כולל שפתי רפאל נכד בעל ההילולא, און נאך פולע פני עדה ראשי ישיבות מיט די תלמידים פון איבער אייראפע, אזוי אויך די תלמידי הת"ת אין ציריך וואס האבן אפגעראכטן די מעמד התפלה ווי יאר יערליך.


א התרגשותדיגער מעמד בקשת רחמים ואמירת תפלת השל"ה איז געווארן אפגעראכטן בעצם יומא דהילולא דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועלכער איז אנגעקומען מיט א גרויסן ציבור להתפלל למען ישועת הכלל והפרט, דער רבי שליט"א האט געדינט אלץ שליח ציבור, נאך תפלת השל"ה האט דער רבי שליט"א געהייסן זאגן קאפיטל מ"א לרפואתו השלימה פונעם ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מרן ישעי' יעקב בן ריזל און לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מרן שרגא פייוויש בן מלכה, דערנאך האט דער רבי שליט"א גענומען קוויטלעך א לעגערע צייט און זיך משטתח געווען אויפן ציון הק'.


היינט מאנטאג למחרת היומא דהילולא זענען נאך פולע אידן פון איבער די וועלט אנגעקומען אויפן בית החיים צוישן אנדערע איז אנגעקומען אויפן פלאץ כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א זייענדיג אויפן וועג אהיים קיין לאנדאן, וואו די רבי האט מעתיר געווען בתפלה ותחנונים בזכותו של אותו צדיק.


מטעם די עסקנים ווערט איבערגעגעבן אז מען לייגט אריין אסאך כוחות איינצורישען דעם מקום מסוגל לישועות אויף א באקוועמע פארנעם מען זאל קענען קומען מתפלל זיין במשך די גאנצע יאר מיט הרחבת הדעת און פועלן ישועות און רפואות וכל טוב סלה.












































Comments


bottom of page