זונטאג פ' מטות מסעי - כ' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

א באשיידענע מודעה אויף די ווענט אין די בתי מדרשים איבער קרית יואל האט געמאלדן פאר די וואס זוכן צו קויפן א דירה אינעם ערווארטעטן עפארדעבל האוזינג פראיעקט אין קרית יואל זאלן אריינרופן א באשטימטע נומבער איבערצוגעבן די פרטים.
ווי באריכטעט האט כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מכריז געווען אז די הנהלת הקרי' וועט אי"ה א וועקשטעלן הונדערטער דירות פאר ביליגע פרייזן, וואו "פירסט טיים האום בייערס" וועלן האבן די מעגליכקייט זיך איינצוהאנדלן א דירה פאר אינטער 200 פער ס"פ. די דירות וועלן זיין געבויעט אויף די נארמאלע שטייגער וויאזוי מען האט געבויט די דירות פאר 25 יאר צוריק (אן די היינטיגע מושגים וואס האבן שטארק ארויפגעטריבן די פרייזן אין אלע היימישע געגנטער, א שטייגער ווי 9-10 פיסיגע דאך און מערערע טיילס, פענסי, טירן און פענסטערס וכדומה).
די דירות וועלן זיין געווידמעט פאַר יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, וואס זענען זיך מתנהג בדרכי התורה והקדושה ע"ד הסלולה, כראוי וכיאות ווי עס פאסט זיך פאר א מעמבער דקהל יטב לב דסאטמאר, ווי אויך וועט דאס זיין בלויז פאר די אייגענע באנוץ און נישט אויף צו קענען ווייטער דאס פארקויפן. אצינד איז ארויסגעשטעלט געוואָרן א מודעה מטעם די עסקנים אז כדי צו האבן א קלארע בילד פון וויפיל מענטשן מ'רעדט פאר דעם פראיעקט, און זען דעם פארלאנג, איז וויכטיג צוזאמצושטעלן א ליסטע פון די מענטשן וואס זענען אינטערעסירט אין דעם. ווי ארויסגעברענגט קלאר אויף די מודעה, איז דאס נישט קיין "רעגיסטראציע ליסטע", בלויז צו זאמלען אינפארמאציע און זען מי ומי ההולכים, אינדערצייט וואס די פאקטישע ארבעט זיך צו נעמען טון הלכה למעשה איז דערווייל נאך בכלל נישט בכדי שיעשו, צוליב פארשידענע דעטאלן וואס דאַרפן נאך ווערן אויסגעארבעט, א שטייגער ווי וואס דער רבי שליט"א האט אנגעוויזן אז מ'ווארט צו האבן פרישע סוער סלאטס, און זען דעם פאסיגן פלאץ וואו עס אהערצושטעלן, אד"ג.

Comments