top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסדי ה': איבערראשנדע 'הגומל' דורך אבד"ק אמונת ישראל נאך נסים'דיגע עקסידענט

מוצאי שבת פ' בשלח • י' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שלומי טריכטר

 

די וואך שבת האט הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א גומל געבענטשט בפני קהל ועדה נאך א שווערע קאר עקסידענט וואס דער רב שליט"א איז אריבער די וואך און נסים'דיג איבערגעלעבט. 

פאסירט האט דאס דעם מיטוואך שפעט באנאכט ווען דער רב שליט"א איז געוועהן אויפן וועג אהיים פון א שמחה אין מאנסי, פארנדיג אויפן הייוועי ווען עס איז ווילדערהייט קעגנגעקומען א הערש און אריינגעזעצט אינעם רב'ס אויטא, וואס האט זיך געקוילערט צום זייט פונעם שאסיי. די אויטא איז גאר שטארק געשעדיגט געווארן, אבער בדרך נס פלא איז דער רב מיט זיינע באגלייטער אין אויטא ארויס אן א שום קריץ, בחסדי השי"ת. א איד וואס איז דורכגעפארן, האט זיך אפגעשטעלט און צוגעפירט דעם רב שליט"א און די מיטרייזנדע אהיים קיין בארא פארק.


שוין אויפצומארגנס דאנערשטאג צופרי ביים לחיים נאכן דאווענען אין ביהמ"ד האט דער רב שליט"א אפגעגעבן א שבח והודאה און דערציילט איבער די גרויסע ניסים וואס ער האט בייגעוואוינט די נאכט אינעם עקסידענט.


נאכן דורכשמועסן די צדדי ההלכה מיט זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א מגדולי הפוסקים, האט דער רב שליט"א דעם שבת נאכן עולה זיין געזאגט די ברכה פון הגומל אן שם ומלכות, בפני קהל ועדה, די הונדערטער חברי הקהילה וועלכע האבן אפגעגעבן א שבח והודאה צו השי"ת אויף די גרויסע נסים וחסדים גלוים. נאכן דאווענען איז אויפגעגעבן געווארן א קידושא רבא וואו מ'האט זיך משמח געווען בשירה הודאה מיט גרויס רגש, און לעבעדיגע ריקודין צו דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן אויף די גרויסע חסדים. 


Comments


bottom of page