מאנטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
פארגאנגענעם וואך דינסטאג (שמות) האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה 'בנין קליין' וואו די רבי האט מפאר געוועהן די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 400 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע אנגעפירט דורך די מנהלים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט אהן לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.
אויפן וועג ארויס איז די רבי שליט''א אריין אין איינע פון די כיתות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט און פארהערט די קינדער די לימודים, אויך האט דער רבי אנגעוויזן אויפן וועג אראפ אויף א מאפע פון אייראפע, וואס איז געווען אויף איינע פון די ווענט, די שטעט ווי הרה''ק בעל 'דברי יואל' מסאטמאר זיע''א איז אדורך בשעת די מלחמה ביז די נס ההצלה כ''א כסלו.
דערנאך איז די רבי שליט''א אראפ צו די פראכטפולע גינת קליין זאלן אין באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע עקסטערע אריינגאנג פאר די מענער און די אנדערע זייט פאר די פרויען, און אין די נייע שטובער וואס די הנהלת המוסדות האט ארייגעלייגט למען גדרי הצניעות.
פון דארט איז די רבי אריבערגעפארן אינאיינעם מיט הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו געטרייער אדמיניסטראטער פון מוסדות קרית יואל, צום נייעם בנין האדיר והחדש בנין הבית רחל בנין קליין, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט פונעם גיגאנטישען בנין.
Comments