דאנערשטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס צער האבן פילצאליגע אידן תושבי בארא פארק נעכטן באגלייט למנוחת אחר מיטתה פון הרבנית הצדיקת מליסקא ע"ה אשת חבר ועזרתו בקודש פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועלכע איז פלוצלינג נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר.
די לויה איז פארגעקומען אין די פארמיטאג שעות פארנט פון ביהמ"ד 'עטרת צבי' ליסקא אין בארא פארק, ווי בעלה הגדול כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האט אויפגעטראטן מיט הארצרייסענדע דברי הספד ארויסברענגענדיג די פילע מעלות פון די חשובע נפטרת וועלכע איז אלע יארן געשטאנען לימינו מיט א זעלטענע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט. דער רבי האט אויסגעפירט בקול בוכים אז ער בעהט ביים באשעפער אז ער זאל האבן די כוחות ווייטער אנצוגיין ווייל ער שפירט אז ער האלט עס נישט אויס. דערנאך האבן מספיד געווען דעם רבינ'ס איינציגסטע ברודער הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א און דעם רבינ'ס קינדער הרב שלום חיים פרידלענדער, הרב פינחס עזרא פרידלענדער שליט"א און חתנו הרב אלימלך כ"ץ הי"ו.
מיט אראפגעלאזטע קעפ האט דער ציבור באגלייט די חשובע נפטרת צו איר אייביגע רוה, ווי עס האבן באגלייט בראש המלווים כ"ק האדמורי"ם מצאנז קלויזענבורג און באבוב-45 שליט"א וועלכע וואוינען בשכינות אויף די זעלבדע גאס.
נאך די לוי' אין בארא פארק איז די מיטה אפגעפירט געווארן צום ביה"ח הר שלום אין עירמאנט ווי די רעבעצען ע"ה איז געקומען לקבורה. דער ליסקא רבי שליט"א וועט זיצן שבעה יעדן טאג בביתו נאוה קודש אויף 1365-45 אין בארא פארק.
Comments