top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המתאחדת בתורתך: 60 נגידים, חברותות פון הגאון ר' שאול אלתר, לעבן מיט זעלטענעם שבת ירחי כלה אין "דזשארדזשיע"

מוצאי שבת פ' כי תצא • י"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א האט זיך פאריגע וואך ארויסגעלאזט אויף אן אייגנארטיגע נסיעה צום לאנד "דזשארדזשיע" וואו דער ראש ישיבה האט אפגעראכטן א ספעציעלער געהויבענער שבת "ירחי כלה" מיט אריבער זעכציג נגידי ומחזיקי מוסדות "פני מנחם" פון איבער אלע עקן וועלט.


די נגידים זענען אנגעשלאסן אינעם "חברותא" פראיעקט, אנקניפנדיג א פערזענליכע חברותא מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר די פילאנטראפישע סומע פון 360 טויזנט דאלאר א יאהר, להחזקת מוסדות החינוך פני מנחם, און דערמיט האבן זיי עררייכט די זעלטענע זכי' צו לערנען פערזענליך מיט'ן ראש ישיבה, קומענדיג צו פארן עטליכע מאל א יאר קיין ארץ ישראל בלויז פאר דעם חברותא'שאפט, און אזוי אויך האבן זיי ווען אימער איבער'ן יאר די פריוועליגיע אנצופרעגן ביים ראש ישיבה און מפלפל זיין בשעשועי דאורייתא, און אצינד האבן זיי גענאסן פונעם פריוואטן שבת במחיצת הקודש פונעם ראש ישיבה בשבת אחים גם יחד.


דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט זיין ברודער הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם, צו באשיינען דעם זעלטענעם שבת וואס איז אריבער אויף א גאר רייכן פארנעם, און בעיקר האט זיך אלעס געדרייט ארום "תורה" מיט אייגנארטיגע תורה'דיגע שמועסן און פאנעלן וואס די תורה'דיגע נגידים וועלן לאנג געדענקן.




Comments


bottom of page