שלום אסיריך: רירנדע ביקור חיזוק דורך האד' מסאטמאר ביי היימישע ארעסטאנטן אין אוטעסוויל טורמע
- sfbechatzros
- 1 בנוב׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 6 ימים
מוצאי שבת פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

די פילצאליגע היימישע ארעסטאנטן אינעם אוטעסוויל טורמע אין ניו יארק האבן נעכטן זוכה געווען מקבל צו זיין פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו דער רבי האט מחזק געווען די אסירי ישראל וועלכע שמאכטען ליידער דארט אין תפיסה און משמיע געווען גאר הארציגע און רירנדע דברות קודש וואס זיי האבן געשלונגען בצמאון רב.
דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן דעם באזוך צו מחזק זיין איינע פון די חסידים, וואס שמאכטעט ליידער אין טורמע, און גלייכצייטיג אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מחזק זיין אלע אסירי ישראל וואס געפינען זיך דארט.
טראץ וואס אזא באזוך איז פארבינדן מיט אומגעהויערע שוועריגקייטן, איז דאס בסייעתא דשמיא צושטאנד געקומען מיטן הילף פון חשובע עסקנים, איבערהויפט דער טשאפלען פון תפיסה הגאון ר' חיים שוחט שליט"א רב דקהל אנשי ספרד אין מאנסי.
ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש, אנקומענדיג ביים טורמע האט שוין אפגעווארט אינדרויסן דער טשאפלעין, וואס האט זיך באגריסט מיט'ן רבי'ן, און מ'איז אריבער די נויטיגע אונטערזוכונגען.
דער רבי שליט"א האט זיך צום ערשט געטראפן מיט די ווארדען פונעם טורמע און דער אויפזעהער פון דעם קעמפ סייט ווי רוב היימישע יודן געפינען זיך אין אוטעסוויל, און דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו שתדל'ען ביי די באאמטע לטובת די אידישע ארעסטאנטן יושבי חושך וצלמוות.
די רבי האט געבעטן די באאמטע מיטצוארבעטן מיט די עסקנים, און פארשפראכן צו ארבעטן אויף אלע אנדערע פראנטן צו פארזיכערן אז זיי שטויסן זיך נישט אן אין קיין ביוראקראטישע, פאליטישע, אדער געזעצליכע שטערונגען, דערביי האט דער רבי פארגעשלאגן צו געבן פערזענליכע ערבות און פארשפראכן פערזענליך זיך אפצוגעבן דערמיט.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום ארעסטאנט צוליב וועם דער רבי איז געפארן, און מיט איהם פארברענגט א לענגערע וויילע.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אינעם בית תפלה פון די תפיסה, וואו עס זענען שוין געווען פארזאמלט די אסירי ישראל - אידן פון אלע סארט, וואס טוען דארט ליידער שמאכטן, דער רבי האט משמיע געווען גאר ווארעמע דברי חיזוק, און אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות אז זיי וועלן בקרוב ארויסגיין פון דא מאפילה לאור גדול.
נאך די דברות קודש האט זיך פארמירט א משא ומתן בהלכה מיט די אידן, וואו צווישן אנדערן האבן עטליכע פראבירט צו פארענטפערן די לומדי'שע קשיא וואס די רבי שליט"א האט איבערגעלאזט ביים סיום פון חבורת "יסודי התורה" פארגאנגענעם זונטאג, און דער רבי האט זיך מפלפל געווען בתורה מיט די אידן.
דערנאך האבן די ארעסטירטע געמוזט פארלאזן די פלאץ צו גיין צום טעגליכן ציילונג, און דער רבי האט אויסגעווארט אינעם ביהמ"ד ביז עס איז פארענדיגט געווארן, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט דער טשאפלעין, ווי דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אין די מצב פון די אידן וועלכע זענען ליידער אין טורמע, און וואס נאך מען קען טון זיי ארויס צו העלפן. נאכן ציילומג איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, צום ערשט האט דער גאנצער אנוועזנדער ציבור אינאיינעם געזינגען אני מאמין, דערנאך האט דער רבי געמאכט א ברכה אויף לחיים און פארטיילט שיריים פארן ציבור, דערנאך האט דער רבי אויפגענומען די אידן פריוואט מיט קוויטלעך, עס איז געווען א הארצרייסנדע סצענע צו זען ווי זיי גיסן זיך אויס דאס הארץ פאר'ן רבי'ן אויף זייער ביטערן מצב, און יעדן באגאסן מיט הויפענעס חיזוק ודברי נחמה. נאך עטליכע שעות האט דער רבי פארלאזט די תפיסה נאכן איבערלאזן ברכת קדשו אינאיינעם מיט הויפענעס מיט חיזוק פאר אחינו בני ישראל, היושבים בחושך וצלמות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די באזוך.













תגובות