על דעת הקהל: איניציאטיוו דורך ק"ק באבוב צו שניידן פון הויכע 'וואכן שבע ברכות' קאסטן
- לפני 3 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' קרח • ד' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א פרישע דורכברוך צו לינדערן די אומדערטרעגליכע חתונה-הוצאות וואס באפאלט מחותנים בעת שמחתם, איז געמאלדן געווארן דורכ'ן וועד "חיים של שלום" בק"ק באבוב, די נייע אינציאטיוו צו שניידן די 'וואכן שבע ברכות'.
אין א מודעה וואס דער וועד האט נארוואס ארויסגעשטעלט פאר'ן גאנצן ציבור, ווערט ארויסגעברענגט אז אין די פארגאנגענע וואכן האט דער וועד ארויסגעשיקט צו עטליכע צענדליגער מחותנים אינערהאלב די קהלה א פראגע-בויגן דעת הקהל בענין "וואכן טעג שבע ברכות", און רובם ככולם האבן געענטפערט אז דאס איז א שווערע קאסטבארע הוצאה פאר רוב זיידעס און באבעס, און ממילא פאלט עס על פי רוב ארויף אויף די מחותנים זעלבסט אלס אן איבריגע הוצאה, און ס'פעלט נישט אויס אפצורעכטן א שבע ברכות יעדע נאכט.
דעריבער לייגט דער וועד פאר א פארשלאג, דערווייל נאכנישט א תקנה, אז אנהייבנדיג פון ראש חודש אלול תשפ"ו זאל מען במקום צוויי שבע ברכות אינמיטן וואך מאכן מען א פשוט'ע נאכטמאל אין שטוב, מיוחד נאר פאר חתן/כלה.
די צוויי שבע ברכות'ן וועלן צוגעשטעלט ווערן אויף א פריוואטן פארנעם אין שטוב, אדער דורך זיידע-באבע, אדער דורך די עלטערן, אדער א משפחה-מיטגליד, וואס זיי וועלן לאדענען אויסשליסליך נאר חתן-כלה אויף א נאכטמאל, און אויסער דעם רופט מען קיינעם נישט, חוץ אין פאלהווען חתן/כלה דארפן אז מען זאל צורופן איין פארפאלק זאל קומען מיטעסן כדי זיך צו פילן באקוועם, נאר דעמאלט מעג מען רופן נאך איין פארפאלק צו די נאכטמאל.
עס ווערט ארויסגעברענגט אויף די מודעה אז לויט די הוראת דייני בית הוראה איז נישטא קיין שום ענין צו ברענגען א מנין כדי צו זאגן שבע ברכות.
עס ווערט דערביי געמאלדן אז מתן שכרה בצדה פאר די ערשטע 60 נחשונים וואס וועלן זיך צושטעלן צו די נייע געבענטשטע סטאנדארט, אז זיי וועלן באקומען א קרעדט פון פופצן הונדערט דאלאר פאר די הוצאות החתונה, ביים חתונה-זאל אדער ביים שבת שבע ברכות זאל, וכדומה, און ווי אויך וועלן חתן-כלה באקומען א גיפט קארטל פון פינף הונדערט דאלאר.


